ווידעאָ: אַ ליד פֿון 1919 זאָגט אַז קנאָבל קען פֿאַרהיטן קעגן אַ מגפֿהVIDEO: 1919 song says garlic can ward off a pandemic
די ישׂראלדיקע אַקטריסע אסתּי ניסים זינגט דאָס ליד וואָס מע האָט געשריבן וועגן דער געפֿערלעכער שפּאַנישער גריפּע

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיט איבער 100 יאָר צוריק, בעת דער מגפֿה פֿון דער אַזוי־גערופֿענער שפּאַנישער גריפּע, האָט מען ממש באַשטראָפֿט מענטשן וואָס האָבן נישט געטראָגן קיין מאַסקע אויף דער גאַס, און זיי אַפֿילו אײַנגעזעצט אין טורמע. אין 1919 האָט אַ ייִד פֿון אָדעס, האַרי באָען (בענעט), געשריבן אַ סאַטיריש ליד וועגן דער מגפֿה, „די שפּאַנישע כאָלערע‟.
אין דעם הומאָריסטישן ווידעאָ, וואָס איז אַרויף אויף יוטוב אין אַפּריל 2020, זינגט די ישׂראלדיקע אַקטריסע אסתּר (אסתּי) ניסים יענץ ליד, פֿאַררופֿנדיק זיך אַוודאי אויפֿן קאָראָנאַ־ווירוס. דער תּל־אָבֿיבֿער „בית שלום־עליכם‟, וואָס האָט געשאַפֿן דעם ווידעאָ און אים אַרויסגעשטעלט אויף יוטוב, באַטאָנט, אַז דער הומאָר אין באָענס ליד האָט זיכער געהאָלפֿן ייִדן איבערצולעבן יענע שווערע תּקופֿה. ניסים שפּילט אויס דאָס ליד אויף אַ לעבעדיקן אופֿן, עסנדיק אַפֿילו קנאָבל פֿאַר אַ רפֿואה, און דער מוזיקער אַמנון בהם, וועלכער האָט געשאַפֿן די מוזיקאַלע אַראַנזשירונג, האָט צוגעגעבן אייגענע חידושדיקע נאָטן.
דער טעקסט און די מוזיק פֿון האַרי באָענס ליד, געפֿינען זיך הײַנט אין דער ביבליאָטעק פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס און אויך אָנלײַן.
באַזונדערס טשיקאַווע און באַלערנדיק איז, אַז אין 1919, ווען דאָס ליד איז געשאַפֿן געוואָרן, האָבן אין דער וועלט אויך צירקולירט מאָדנע אויסטראַכטענישן און נוצלאָזיקע פֿאָלקס־רעצעפּטן, ווי, למשל עסן קנאָבל און טרינקען ווײַן. מע זינגט, אַז דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט ווילסאָן האָט, כּלומרשט, פֿאַרשפּרייט די שפּאַנישע גריפּע אין דײַטשלאַנד, כּדי נקמה צו נעמען פֿאַר די קרבנות פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. ווי באַלד די מגפֿה איז אויסגעבראָכן גלײַך נאָך דער מלחמה, ווען מע האָט טאַקע באַטראַכט דעם מעגלעכן באַנוץ פֿונעם ביאָלאָגישן וואָפֿן, האָבן זיך דעמאָלט פֿאַרשפּרייט אויסטערלישע קלאַנגען וועגן דעם כּלומרשט קינסטלעכן קוואַל פֿון דער מגפֿה.
אַוודאי, האָט באָענס איראָניש אויסגעלאַכט די דאָזיקע טעאָריע. אין דער אמתן, האָבן די ערשטע דאָקומענטירטע קרבנות פֿון דער שרעקלעכער גריפּע זיך צוערשט באַוויזן דווקא אין אַמעריקע, אין יאַנואַר 1918, דערנאָך אין דײַטשלאַנד און שפּאַניע, און אַ ביסל שפּעטער – איבער דער גאַנצער וועלט. די פּאַנדעמיע האָט אומגעבראַכט צווישן 17 און 100 מיליאָן מענטשן (די סטאַטיסטיק בלײַבט ביזן הײַנטיקן טאָג אַ רעטעניש). אין 1920 האָט זיך דער שרעקלעכער ווירוס, צום גליק, פּלוצעם פֿאַרוואַנדלט אין אַ געוויינטלעכער גריפּע.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
