Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די הונדערט בענד פֿון די „מוסטערווערק‟ זענען איצט אָנלײַןOne hundred volumes of classic Yiddish literature are now online

די ריזיקע זאַמלונג נעמט אַרײַן ווערק פֿון איבער דער וועלט במשך פֿון איבער צוויי הונדערט יאָר.

דער ייִדישער ביכער־צענטרער אין אַמהערסט האָט לעצטנס אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ די גאַנצע ביכער־סעריע „מוסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟ — אַ זאַמלונג פֿון הונדערט בענד, צונויפֿגעשטעלט און אַרויסגעלאָזט צווישן די 1950ער און 1980ער יאָרן פֿונעם גרינדער פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ, שמואל ראָזשאַנסקי.

דערצו קען מען אויף דער וועבזײַט פֿונעם ביכער־צענטער אויך געפֿינען די רשימה פֿון אַלע בענדער באַגלייט מיט קורצע באַשרײַבונגען און לינקס.

דער פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן די מוסטערווערק איז דורכגעפֿירט געוואָרן, צום גרויסן טייל, דורך ד״ר אַבֿרהם ליכטנבוים, דעם בוענאָס־אײַרעסער ליטעראַטור־פֿאָרשער און דירעקטאָר פֿונעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ; דוד מאַזאָווער, אַ ביבליאָגראַף פֿונעם ביכער־צענטער; און קריסטאַ וויטני, דער דירעקטאָרין פֿונעם „פּראָיעקט פֿון מינדלעכער געשיכטע אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער‟ בײַם צענטער.

אַ ביסל געשיכטע וועגן די מוסטערווערק: אין די 1950ער יאָרן, האָט ראָזשאַנסקי, באַזאָרגט וועגן דער פֿראַגע, ווי וועלן די קומענדיקע דורות ייִדן זיך באַקענען מיט דער גאָלדענער קייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, גענומען קלערן וואָס מע קען טאָן דאָס צו פֿאַרזיכערן. בײַ די ליטעראַטורן פֿון די גרויסע וועלטשפּראַכן איז דאָס נישט קיין פּראָבלעם ווײַל בײַ זיי זענען פֿאַראַן פֿאַרשידענע רעפּרעזענטאַטיווע ליסטעס פֿון באַקאַנטע קלאַסיקער, וואָס דערמעגלעכן אַ תּלמיד צי סתּם אַ נײַגעריקן לייענער זיך צו באַקענען מיט דער ליטעראַרישער טראַדיציע פֿון יענעם לשון.

די בריטישע צײַטונג „גאַרדיען‟, למשל, האָט אין 2015 פּובליקירט אַ רשימה פֿון 100 ענגלישע ביכער „וואָס יעדער מוז איבערלייענען‟. די ליסטע איז אָבער אַ ספּעציפֿישע: דער ראָמאַן „אוליסיעס‟ פֿון דזשיימס דזשויס – טאַקע אַן ערשט־קלאַסיש ווערק – ווערט געשילדערט ווי „בעסער פֿון שעקפּסיר‟ אָבער שעקספּיר און אַנדערע גרויסע פּאָעטן זענען אָבער דאָרט נישטאָ.

ווי טוט מען דאָס אָבער פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור? ראָזשאַנסיק האָט זיך אונטערגענומען צו שאַפֿן אַ רשימה פֿון מוסטערווערק, וואָס זאָל אַרומנעמען די פֿאַרשיידנאַרטיקע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, לאַוו־דווקא די בעסטע פֿונעם ליטעראַרישן קוקווינקל, און – דער עיקר – זיי אַלע צו פֿאַרעפֿנטלעכן אין אַ סיסטעמאַטישער פֿאָרעם. ער האָט דורכגעפֿירט זײַן פּראָיעקט בעת אַ תּקופֿה, ווען די גאַנצע צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך איז געווען אומקלאָר און וועגן קיין קאָנקורירנדיקע פֿילבענדיקע זאַמלונגען פֿון אַזאַ מאַסשטאַב איז נישט געגאַנגען קיין רייד.

דער פּראָיעקט האָט פֿאַרנומען כּמעט 40 יאָר: דער ערשטער באַנד איז אַרויס אין 1957, און דער לעצטער – אין 1984. מיט אַ יאָר שפּעטער איז דערשינען אַ באַזונדערער שליסל־באַנד, צונויפֿגעשטעלט פֿון שושנה באַלאַבאַן־וואָלקאָוויטש, מיט אַ רשימה פֿון אַלע מחברים, בילדער און מוזיק־נאָטן, וואָס זענען אַרײַן אין דער סעריע. אין דער איצטיקער אינטערנעץ־פּובליקאַציע, גיט דער ביכער־צענטער אָן אַ לינק אויך צו אָט דעם אינדעקס־בוך.

די סעריע שטעלט אַ געוויסן טראָפּ אויף די פּאָפּולערע ווערק אויף ייִדיש, הונדערטער יאָרן פֿאַר מענדעלע, פּרץ און שלום־עליכם: „צאינה־וראינה‟, „מעשׂה־בוך‟, און דעם אַמאָליקן ריטערישן ראָמאַן, אליהו בחורס „באָווע־בוך‟. שמואל ראָזשאַנסקי, וואָס איז אַליין געווען אַ שרײַבער און פּאָעט, האָט טאַקע איבערגעזעצט דאָס „באָווע־בוך‟ אויפֿן הײַנטצײַטיקן ייִדיש.

אַן אַנדער בײַשפּיל פֿון אַ רעלאַטיוו אַלט ייִדיש ווערק, וואָס איז אַרײַן אין דער בוענאָס־אײַרעסער קאָלעקציע זענען די זכרונות פֿון גליקל האַמעלן. אַזוי ווי „באָווע־בוך‟, זענען אַלע אַלט־ייִדישע ווערק אַרײַן אין דער סעריע מיט דער מאָדערנער אָרטאָגראַפֿיע.

איך האָב זיך אַליין באַקענט מיט אַ סך ייִדישע ווערק אַ דאַנק די מוסטערווערק. רבי נחמנס „סיפּורי מעשׂיות‟ האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט אין די 1990ער, וווינענדיק דעמאָלט אין רוסלאַנד, און י. י. שוואַרצס פּאָעמע „קענטאָקי‟ – בעת איך האָב געאַרבעט אינעם ביוראָ פֿונעם פֿאָרווערטס; ביידע ווערק זענען געווען אָפּגעדרוקט אינעם זעלבן באַקאַנטן פֿאָרמאַט.

אַ גאַנצע ריי בענדער זענען טעמאַטישע: למשל, געווידמעט דעם ייִדיש־שאַפֿן פֿון משׂכּילים, ליטעראַטור־קריטיקער, פֿרויען, קינדער און אַפֿילו געשמדטע ייִדן (באַטיטלט „אָפּטריניקע‟), געווידמעט געוויסע לענדער און ראַיאָנען: פּוילן, ליטע, קאַנאַדע, בראַזיל, אַרגענטינע, קובע, ארץ־ישׂראל, דרום־אַמעריקע און מערבֿ־אייראָפּע בכלל.

געוויסע קריטיקער האָבן אָבער אָנגערופֿן די סעריע „שוסטערווערק‟, טענהנדיק אַז אַלע בענדער האָבן איין פּנים. אַוודאי, מעג מען קריטיקירן דעם אויסקלײַב. אין דער זאַמלונג ווערן בכלל נישט רעפּרעזענטירט די אַמעריקאַנער פּאָעטן־אינזיכיסטן, דער ניסתּר, פּרץ מאַרקיש, שיקע דריז און אַנדערע, וואָס ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי אַ טייל פֿון דער פּני פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿון דער צווייטער זײַט, קאָן מען די גאַנצע ייִדישער ליטעראַטור סײַ־ווי־סײַ נישט אַרײַנפּרעסן אין הונדערט און אַפֿילו טויזנט בענדער.

אַזוי צי אַנדערש, האָט שמואל ראָזשאַנסקי ז״ל געהאַט אַ גרויסן חלום: צו מאַכן די ייִדישע ליטעראַרטור אין איר פֿאַרשיידנאַרטיקער גאַנצקייט צוטריטלעך דעם יונגן דור ייִדן. אַ דאַנק די הײַנטיקע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס און דער טעטיקייט פֿונעם ביכער־צענטער קאָן זײַן חלום טאַקע מקוים ווערן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.