ווידעאָ: חסידישער שטערן ליפּא שמעצלער איז מספּיד דעם זינגער מיכאל שניצלער ז"לVIDEO: Hasidic star Lipa Schmeltzer recalls singer Michoel Schnitzler at his funeral
ליפּא, וואָס איז געווען זײַנס אַ נאָענטער חבֿר, באַשרײַבט די שטאַרקע השפּעה וואָס שניצלער האָט געהאַט אויף אים

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער באַליבטער חסידישער זינגער מיכאל שניצלער, וואָס האָט אָפֿט געזונגען אויף ייִדיש, איז זונטיק בײַ נאַכט פּלוצלינג אַוועק פֿון דער וועלט צוליב אַ האַרץ־אַטאַק. ער איז געווען 62 יאָר אַלט.
אין אַן עמאָציאָנעלן הספּד נאָך אים דערציילט זײַן נאָענטער חבֿר — דער חסידישער פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעצלער — וואָס פֿאַר אַ געוואַלדיקע השפּעה שניצלער האָט אויף אים געהאַט סײַ ווי אַ מענטש סײַ ווי אַ זינגער און מחבר פֿון לידער. שניצלער האָט אויך געשריבן לידער פֿאַר ליפּאן און אַנדערע זינגער.
מיכאל שניצלער איז געבוירן געוואָרן אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע. זײַן טאַטע , ר׳ משולם זישא שניצלער, איז געווען אַ זון פֿונעם טשאַבער רבֿ ר׳ שרגא שמואל שניצלער ז”ל פֿון ירושלים. מיכאל האָט אַרויסגעלאָזט זײַן ערשטן אַלבום אין יאָר 2000 און האָט זינט דעמאָלט פּראָדוירט נאָך 15 אַלבומען, מיט מער ווי 150 לידער.
שניצלער האָט שוין פֿון לאַנג געליטן פֿון האַרץ־פּראָבלעמען, און איז נישט דער ערשטער אין זײַן משפּחה וואָס איז געשטאָרבן דערפֿון. דער טאַטע איז יונגערהייט אַוועק פֿון אַ האַרץ־אַטאַק, און דרײַ פֿון מיכאלס ברידער זענען געשטאָרבן דערפֿון, אויך זײַענדיק אַלט בלויז אין די פֿריִע 60ער.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
