אַ פּאַטריאָטיש טערקיש פֿאָלקסליד וואָס ניצט די מעלאָדיע פֿון „דער רבי אלימלך“This patriotic Turkish song uses the same melody as the Yiddish classic ‘Der Rebe Elimelekh’
לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יובֿל פֿונעם טערקישן רעפּובליק הערט מען הײַיאָר אָפֿט אין דער טערקישער סאָציאַלער מעדיאַ אַ פּאַטריאָטיש ליד פֿון 1972.

Photo by Getty Images
לכּבֿוד דעם הונדערטסטן יובֿל פֿונעם טערקישן רעפּובליק הערט מען הײַיאָר אָפֿט אין די טערקישע סאָציאַל־מעדיע נעצן אַ פּאַטריאָטיש ליד פֿון 1972.
דאָס ליד, „ביר באַשקאַדר בענים מעמלעקעטים“ (מײַן היימשטאָט איז אַ באַזונדערע) פֿאַרמאָגט אַ שיינעם ניגון און די װערטער מאָלן אויס אַ דאָרפֿישע סצענע. עס קלינגט װי אַ קלאַסיש טערקיש פֿאָלקסליד.
די מעלאָדיע פֿונעם ליד שטאַמט אָבער פֿונעם ייִדישן ליד „דער רבי אלימלך“, װאָס איז צו ערשט מתגלגל געװאָרן אין אַ פֿראַנצויזישן ליד „לאַװוּגל“ פֿון 1969 (דער בלינדער מאַן), און דערנאָך אינעם טערקישן „מעמלעקעטים“.
„דער רבי אלימלך“ איז געשריבן געװאָרן פֿון משה נאַדיר אין 1927 װי אַ סאַטיריש ליד װעגן אַן אָנגעשיכּורטן חסידישן רבין. ס׳איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן אַז די פֿראַנצויזישע און טערקישע טעקסטן פֿון „דער רבי“ זענען נאָסטאַלגישע, אָן קיין שום רמז פֿון שטיפֿערײַ.
אַ צאָל טערקן האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט וואָס דאָס נאַציאָנאַלע טערקישע ליד שטאַמט פֿון ייִדישע קוואַלן, בפֿרט װען זיי האַלטן ישׂראל פֿאַר אַ „שׂונא פֿון מוסולמענער“.
ס׳רובֿ טערקישע פֿאָלקסלידער שטאַמען אָבער פֿון אַ גאַנצער רײ קװאַלן.
פֿאַקטיש הערט מען די מעלאָדיעס פֿון טערקישע לידער געשפּילט אויך בײַ ייִדן. צום בײַשפּיל, דער באַרימטער כּליזמר נפֿתּלי בראַנדװײַנס קאָמפּאָזיציע „דער טערק אין אַמעריקע“ שטאַמט פֿון דער מעלאָדיע פֿונעם אָטאָמאַנישן פֿאָלקסליד „אוסקודאַראַ גידערקען“ (װען מע גייט צו אוסקודאַר).
אָט איז אַ רעקאָרדירונג פֿונעם ליד „ביר באַשקאַדר בענים מעמלעקעטים“ פֿון 1978, געזונגען פֿון אײַטען אַלפּמאַן:
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
