ווידעאָ: ווי ייִדן אין פּאַריז האָבן אָפּגעמערקט איין חודש זינט די ברוטאַלע געשעענישן אין ארץ־ישׂראלVideo: How Jews in Paris marked one month since the brutal attacks in Israel
אין פֿראַנקרײַך פֿילט מען שטאַרק די השפּעות פֿונעם כאַמאַס־אַטאַק און זײַנע קאָנסעקווענצן פֿאַר ייִדן און פּאַלעסטינער

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט מען איבער דער וועלט באַצייכנט אַ חודש זינט די ברוטאַלע געשעענישן פֿונעם זיבעטן אָקטאָבער אין ישׂראל: אויך אין פּאַריז, אַ היים פֿאַר גרויסע ייִדישע און אַראַבישע קהילות, פֿילט מען שטאַרק אָפּ אויף די גאַסן די קאָנסעקווענצן פֿונעם כאַמאַס־אַטאַק טאָגטעגלעך, סײַ אין פֿאָרעם פֿון פֿאַרמערטע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, סײַ אין פֿאָרעם פֿון וואַקסנדיקן פּאָליטישן אומרו לגבי דער מלחמה אין עזה.
אין דער פֿאַרגאַנגענער וואָך האָט מען אָרגאַניזירט אויף פֿאַרשיידענע סימבאָלישע פּלעצער אין שטאָט ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינישע אונטערנעמונגען וואָס האָבן צוגעצויגן טויזנטער – אין טייל ערטער האָבן זיך אויך געשאַפֿן באַטײַטיקע קאָאָפּעראַציעס צווישן ייִדן און פּאַלעסטינער: צי בײַם טרויערן צוזאַמען, צי בײַם פּראָטעסטירן בשותּפֿותדיק פֿאַר אַ ביקסנשווײַג.
עטל ניבאָרסקי איז אַרויס דאָקומענטירן דרײַ פֿון די דאָזיקע אונטערנעמונגען אויפֿן אָרט, און גיט איבער אויף ייִדיש די שטימונגען וואָס הערשן איצט צווישן ייִדן מיט פֿאַרשיידענע אָריענטאַציעס אין דער פֿראַנצייזישער הויפּט־שטאָט, באַזירט אויף שמועסן מיט אָרטיקע אײַנוווינערס און טוערס.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
