זום־דיסקוסיע: אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע חורבן־מעשׂיות און זכרונותZoom discussion: a new anthology of Yiddish Holocaust stories and memoirs
צווישן די רעדנער: דער היסטאָריקער שמואל קאַסאָוו און די ליטעראַטור־פֿאָרשערין מרים טרין

עטלעכע תּושבֿים פֿונעם לאָדזשער געטאָ, אין די 1940ער Courtesy of Bundesarchiv/Wikimedia Commons
זונטיק, דעם 7טן יאַנואַר, וועט אַ פּאַנעל פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אַרומרעדן דאָס נײַע בוך „קולות פֿון חורבן — שריפֿטן פֿון דער שארית־הפּליטה“ דורך אַ זום־אונטערנעמונג אָנגעפֿירט, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, דורכן לייוויק־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ.
אין דער דיסקוסיע וועלן אָנטייל נעמען דער היסטאָריקער שמואל קאַסאָוו; די ליטעראַטור־פֿאָרשער מרים טרין, ראי גרינוואַלד און שיינדל זילבערליכט; לייזער אייכענראַנד (דער זון פֿון דוד אייכענראַנד) און מרים טיש. דעם פֿאָרזיץ וועט אָנפֿירן דניאל גלאי.
דער שמועס וועט פֿאָרקומען 6:00 אין אָוונט ישׂראלדיקע צײַט, און 11:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט.
די ליטעראַרישע זאַמלונג האָט רעדאַקטירט מרים טיש, וועלכע האָט אויך אָנגעשריבן די הקדמה. מרים טיש איז געבױרן געװאָרן אין קעלן, דײַטשלאַנד. זי האָט זיך געלערנט פֿיזיק און עלעקטראָטעכניק אין דײַטשלאַנד און ישׂראל און באַקומען דעם דאָקטאָראַט פֿון טכניון, חיפֿה. אין 2012 האָט זי עולה געװען און לערנט זיך איצט ייִדישע ליטעראַטור אין תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט, וווּ זי שרײַבט אַ מאַגיסטער־אַרבעט װעגן דעם ייִדישן דיכטער לײזער אײכענראַנד.
די אַנטאָלאָגיע „קולות פֿון חורבן“ נעמט אַרײַן ליטעראַרישע און אויטאָביאָגראַפֿישע שריפֿטן פֿון נײַן שרײַבער פֿון דער שארית-הפּליטה, אין אײנעם מיט זײערע ביאָגראַפֿיעס: רבֿקה באַסמאַן בן-חיים, מאיר יעלין, לייזער בליט, מאַקס פֿורמאַנסקי, לייזער אייכענראַנד, ליזע גאַרבער-קאָווענסקי, יצחק פּיעקאַרסקי, צבֿי כּנר און משה בערנשטיין.
כּדי בײַצוזײַן אויף דער ליטעראַרישער אונטערנעמונג, גיט אַ קוועטש דאָ. דער פּאַראָל איז 303418.
דאָס בוך קען מען קױפֿן דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
