ווידעאָ: אַ ווירטועלע מאַניפֿעסטאַציע אויף ייִדיש לטובֿת די פֿאַרכאַפּטע אין עזהVIDEO: A virtual rally in Yiddish dedicated to the hostages in Gaza
אויף דער אונטערנעמונג האָט מען פֿאָרגעלייענט לידער וועגן רדיפֿות און תּפֿיסה, אָנגעשריבן פֿון קלאַסישע און הײַנטיקע ייִדישע פּאָעטן.

Photo by JACK GUEZ/AFP via Getty Images)
דעם 19טן פֿעברואַר האָט אַ גרופּע ייִדישע קולטור־טוער, אַקאַדעמיקער און זינגער פֿון אַרגענטינע, ישׂראל און בראַזיל זיך באַטייליקט אין אַ ווירטועלער מאַניפֿעסטאַציע פֿאַר די פֿאַרכאַפּטע פֿון כאַמאַס, אין גאַנצן אויף ייִדיש.
עס האָט אויך אָנטייל גענומען איציק האָרן — אַן אַרגענטינע־געבוירענער ישׂראלי, וואָס צוויי פֿון זײַנע זין, איתן און יאיר, זענען צווישן די 130 ערובֿניקעס וואָס זיצן נאָך פֿאַרשפּאַרט אין עזה זינט די כאַמאַס־אַטאַקן אויף ישׂראל דעם 7טן אָקטאָבער 2023. מיט אַ חודש צוריק האָט דער פֿאָרווערטס אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, וווּ די ישׂראל־קאָרעספּאָנדענטקע עטל ניבאָרסקי אינטערוויויִרט איציק האָרן אויף ייִדיש.
די מאַניפֿעסטאַציע האָט אָרגאַניזירט דער „רינע קאָסטער צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים“ בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיטן „אינסטיטוט פֿאַרן שטודירן די ייִדיש־קולטור“ בײַם „פֿונדאַציע ייִוואָ“ אין בוענאָס־אײַרעס.
די באַטייליקטע האָבן פֿאָרגעלייענט קלאַסישע לידער וועגן זיצן אין תּפֿיסה, רדיפֿות און אַנטיסעמיטיזם, אָנגעשריבן פֿון דוד האָפֿשטיין, איציק מאַנגער, פּרץ מאַרקיש, לייבו לעווין, אַבֿרהם רייזען און יוסף פּאַפּיערניקאָוו.
אַנדערע האָבן רעציטירט זייערע אייגענע לידער וועגן אַנטיסעמיטיזם און תּפֿיסה: דובֿ־בר קערלער פֿונעם אינדיאַנער אוניווערסיטעט; דבֿ־בער קאָטלערמאַן פֿונעם בר־אילן אוניווערסיטעט; דער ייִדיש־אַקטיוויסט אלי שאַרפֿשטיין; אסתּר שוואַרץ פֿונעם בוענאָס־אײַערעס אוניווערסיטעט, אַבֿרהם ליכטענבוים און סילוויע האַנסמאַן — ביידע פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ. רות לעווין האָט פֿאָרגעלייענט אַ ליד פֿון איר טאַטן וואָס איז געשטאָרבן אין 1983 און קערלער האָט געוויזן אַ ווידעאָ פֿון זײַן טאַטן, דעם פּאָעט יוסף קערלער, ווי ער זינגט אויס זײַן „שׂימחת־תּורה ליד“ אין בערך 1998.
דערצו האָט מען געהערט אַ קראַנץ אַנדערע ייִדישע זינגלידער, געזונגען פֿון רות לעווין, ווירע לאָזינסקי, מאַריסע אַלקיאָדי און ניקאָל בערגער.
כּדי צו זען דעם ווידעאָ, גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

