דער עולם האָט ליב המנען — אַבי זיך נישט קוקן אין שפּיגלWe Jews love Haman — as long as we don’t look into the mirror
מע שרײַט ארור פּלוני, נאָר מיינען מיינט מען די שוויגער
[דער אַרטיקל, וואָס איז אויפֿן חסידישן ייִדיש, איז געשריבן געוואָרן צו שבת מבֿרכים אָדר ראשון]
ס׳איז שבת מברכים אדר, ס׳נאך א וואך ביז ראש חודש, און אפילו דעמאלס איז בלויז אדר ראשון. מענטשן פרייען זיך, מ׳זינגט שוין ליהודים, משנכנס, און מע פרייט זיך. צו וואס פרייט מען זיך? ממא נפשך, איז גוט, האט מען נישט נעכטן געקענט זיך פרייען? ווידעראום איז נישט גוט, וואס זשע איז די פרייד יעצט?… סתם פרייען זיך גלאט אזוי אין דער וועלט?
זאגט מיר עמיצער: דער עולם האט ליב המן׳ען! פרעג איך: וואס א שטייגער איז מיט מרדכי׳ן? זאגט ער: מיט המן קען מען זיך אידענטיפיצירן, א המן האט יעדער א קליינער אין זיך! פרעג איך: און האט נישט יעדער פונקט אזוי א קליינער מרדכי אין זיך? זאגט ער: יא געוויס, נאר ארויסצוברענגען דעם מרדכי׳ן פאדערט עבודה, המן ווידער דאס איז א באקוועמליכקייט-זאנע.
גוט געזאגט, גוט געזאגט! אפנים שיין פאר א רעיון. נאר מיר דאכט זיך אז ס׳נישט המן וואס הייטערט דעם המון אויף, נאר די געלעגנהייט פון ארויסקריכן פונעם גאנץ יעריגן מאנאטאנעם לעבנס שטייגער, אפשר וועט עמיצער אונז הערן פון אט דא, דהיינו פון דעם ארור המן ארויס. מען קען נעבעך נישט ארויסגעבן דאס באהאלטענער קוועטשעניש דורך אויס דעם קיילעכיג יאר, דאס ביטערנישט וואס ליגט אין הארץ וואס קיינער וויל נישט הערן, קען מען זיך דערפאר קוים אויסווארטן אויף א ציוטשעטער אטמאספערע, וועט מען פון דארטן שרייען ארור פלוני, נאר מיינען וועט מען דעם שוויגער.
זאל עס זיין מיט המן זאל עס זיין מיט חרבונה, אבי מ׳דערלאזט זיך אין א צווייטן כאראקטער אריין, אין אַ טאָג ווען ס׳איז דערלויבט, ווען בית דין אליין זאגט ס׳איז כשר וישר. דאכט זיך אז דאס איז די אמת׳ע אידענטיפיקאציע נאך וואס דער עולם לעכצט.
און נישט נאר נאך א פורים׳דיגער אטמאספערע לעכצט דער עולם, נאר נאך אלץ וואס האט הענט און פיס קלאמערט מען זיך… גיב נאר א קוק אויף די יומא דפגרא׳ס (קליינע וואכעדיקע יום־טובים) וואס פארמערן זיך פון יאר צו יאר. יעדער האט מורא צו זיין אליין אין חלל פון קיילעכיג יאר, איז אז עס קומט א יום טוב צו גיין, איז זי ווי א גואל, ווארפט מען זיך אין אירע ארעמס אריין, מ׳טעמפט זיך אפ מיט איר די חושים און מ׳באפרייט זיך פון שווערן עול גלות.
און איך ווי א דרויסענדיגער, שטיי אין דער זייט מיט א פארקרימט פנים און פרעג און שעלט – פוסטע חברה, גראבע יונגען, לשמחה מה זה עושה? שוין ווידער טומלענען די האפנסלאזע זשאבע קעפ?
וועט איר מיר פרעגן, מילא ס׳געפעלט דיר נישט, אבער וואס ביסטו אזוי דערקעגן?… וועל איך ענטפערן אפן: קודם כל, מיר איז גארנישט לוסטיג אין הארצן גרילצט מיר די דאזיגע וואנזיניגע שמחה… צווייטנס, איך בין נישט קיין אינגעלע, יעדער יום טוב וואס שטייט ביים שוועל זאגט מיך איין זאך, די צייט לויפט… דריטנס, די גאנצע שמחה האט ביי מיר א פנים ווי סתם אפנארן זיך.
מאנכע וועלן זאגן, ס׳די צייט וואס איז גורם השפעות, איז לאזשע זיך פרייען וועט שוין מיטקומען די שמחה. נאר ליידער האב איך מורא אז ס׳טוט דוקא אויף דאס פארקערטע, מען פרייט זיך און פרייט זיך, און באמת טוט מען נישט מער ווי בלאפן זיך אין אלף השישי אריין, מ׳שרייט זיך איבער מיט נגינה און געזאנג, מ׳הוליעט א כאאס ווי מענטשן וואס האבן שוין אויפגעגעבן יעדער טראפל האפענונג, און צום עכטן הארץ רירט מען קיינמאל נישט צו. ס׳אלץ פארטומלט מיט געבלאפטע פרייד.
ליבערשט אז מ׳פרעגט ביי מיר אן עצה, זאל מען שווייגן איינמאל פאר אלעמאל, אן באשטעלטע וויינעראציעס און לאכעראציעס, ענדליך נידערן אמאל צו די ווענטלעך פון הארץ, און אז מ׳איז דארטן, זאל מען זיך דארט אויסוויינען אויף וואס מען דארף וויינען, זיך נאכער אויסלאכען אויף וואס מ׳דארף זיך אויסלאכן, און שוין אגב מאכן זיך אן אמת׳ער חשבון הנפש.
ס׳מוז נישט זיין אלול דערפאר, און אז דער אייבערשטער העלפט אז מ׳האט עפעס דערטאפט, זאל מען ערשט דעמאלט כאפן א טענצל. וועמען שאט עס? און לאוו דוקא פורים אדער צוויי חדשים פאר פורים. ווייל וויינען זאל מען ווען ס׳איז תשעה באב אין הארצן און לאכן זאל מען ווען ס׳איז ששון ושמחה אין הארצן, אבער סתם אזוי, האט עס קיין טעם נישט און קיין ריח נישט.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO