ווידעאָ: באַקענט זיך מיטן שאַפֿער פֿון קאָמיקס אויף ייִדיש, ר׳ מענדל הערש פּאַנעט Video: Meet Rabbi Mendel Hersh Paneth, creator of Yiddish comics for kids
ר’ מענדל באַשרײַבט אויך די מנהגים וואָס ער האָט קינדווײַז, ווי אַ רביש אייניקל, געמוזט אויספֿירן

Courtesy of the League for Yiddish
ס׳איז לעצטנס אַרויס אַן אינטערוויו מיט ר׳ מענדל הערש פּאַנעט, דעם געוועזענעם שאַפֿער און רעדאַקטאָר פֿון צוויי קינדער־זשורנאַלן מיט קאָמיקס אויף ייִדיש: קינדלײַן און הונדערט.
ר’ מענדל איז געבוירן געוואָרן אין אַנטווערפּן, בעלגיע. אינעם ווידעאָ דערציילט ער וועגן זײַן לעבן ווי אַ רביש קינד — בפֿרט די קליידער און מינהגים וואָס זענען אייגנאַרטיק פֿאַר רבישע קינדער. ער דערציילט אויך עטלעכע מעשׂיות וועגן זײַן חסידישער דינאַסטיע, די דעעשער חסידים.
הײַנט גיט ער לעקציעס, פֿירט טורן, און האָט אַ געראָטענעם יוטוב־קאַנאַל אויף ייִדיש. ער איז אויך אַ דרשן, חזן, שרײַבער, מאָלער און אַפֿילו אַ היימישער קאָכלערער.
דער אינטערוויו, געפֿירט דורך אלי בענעדיקט, איז טייל פֿון דער סעריע „ייִדיש הײַנט“ פּראָדוצירט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
