פֿאָרווערטס ווידעאָ־סעריע, „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“, ציט צו 12־יאָריקן אָנהענגערForverts video series, Yiddish Word of the Day, has 12-year old fan
זיוו האַרלאָ סיגל, אַ תּלמיד בײַ דער רמ״ז־שול אין מאַנהעטן, ניצט די ווערטער וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט אין בליצבריוו צו דער באָבען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זיוו האַרלאָ סיגל, אַ תּלמיד פֿון זעקסטן קלאַס בײַ דער רמ״ז־שול, אַן אָרטאָדאָקסיש־ייִדישער טאָגשול אין מאַנהעטן, איז אַ געטרײַער אָנהענגער פֿון דער נײַער פֿאָרווערטס־ווידעאָ סעריע, „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“. ער ניצט שוין אַפֿילו אַ טייל פֿון די ווערטער און פֿראַזעס וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט אין זײַנע אייגענע שמועסן, גיט איבער זײַן באָבע, נווה האַרלאָ, וואָס איז אויך אַן אָנהענגערין פֿון דער סעריע. סײַ די באָבע סײַ דער אייניקל וווינען אויפֿן „אַפּער וועסט סײַד“ אין מאַנהעטן.
נווה האַרלאָ, די גרינדערין פֿונעם צענטער פֿאַר עטיק אין מעדיצין בײַם „בית־ישׂראל שפּיטאָל“, האָט אָנגעהויבן לערנען זיוו ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן מיט עטלעכע יאָר צוריק, דערקלערנדיק אַז ער האָט אַ טאַלאַנט פֿאַר שפּראַך. „ער לערנט זיך העברעיִש זייער גוט,“ האָט זי געזאָגט.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, נאָכן קוקן דעם קאַפּיטל „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“ געווידמעט ליבווערטער, האָט זיוו אין אַ בליצבריוול דער באָבען געפֿרעגט, אויף ייִדיש: „זיסקייט, קען איך האָבן ׳האַט טשאַקלעט׳ (הייסן קאַקאַו)?“
די סעריע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 27סטן אַפּריל, באַשטייט פֿון צוויי־מינוטיקע לעקציעס אויף ענגליש וועגן פֿאַרשפּרייטע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן. עטלעכע טעמעס וואָס מע האָט שוין געדעקט זענען דאַנקוואַרטער אויף ייִדיש און די פֿאַרשיידענע מינים פֿראַגעס אויף ייִדיש. די סעריע האָט שוין צוגעצויגן 14,000 צוקוקער.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
