איך טרעף זיך מיט מײַן באַשערטןMeeting My “Bashert”
די מחברטע, אַ דערצויגענע בײַ די טאָשער חסידים, זינגט אַ ליד וואָס זי האָט געשאַפֿן לכּבֿוד איר שוועגערין
עס איז געווען א קילער פרימארגן אין א פרילינג׳דיגן שבת ווען מיין מאמע האט אונז פלוצלונג גערופן צום פענסטער, צו זען א וואונדערליכע זאך אויפ׳ן הימל. איך געדענק ווי פארגאפט איך בין געשטאנען און נאכגעקוקט די הערליכע פארביגע לופט־באלאן וועלכע איז זיך רואיג געפלויגן העכער אונזער קליין שטעטעלע…
פאר מיר האט דאס געפילט ווי א גרוס פון גן עדן. ס׳איז געווען ווי א געהיימע פענסטערל צו אן אנדערע וועלט. איך געדענק ווי גליקליך איך האב זיך געפילט יענעם גאנצן טאג, ווייל כ׳האב עס אנגענומען ווי א בשורה טובה פון הימל: אז גאר פרייליכע זאכן קענען נאך פאסירן אין מיין לעבן.
ווען איך בין אלט געווארן זיבעצן יאר, האט מיין חבר׳טע מיר דערציילט א סוד, איין שיינעם נאכמיטאג, אויפ׳ן וועג אהיים פון שולע. זי האט אונטערגעהערט ווי אירע עלטערן שמועסן, איבער א פארפאלק פון ענגלאנד וועלכע זענען אנגעקומען אויף א באזוך כדי אויסצוּוויילן א כלה פאר זייער עלטסטן זון. דער בחור איז געווען א תלמיד אין טאש׳ער ישיבה, און זיי האבן געוואלט פאר אים א מיידל פון טאש. אבער זי האט געהערט אז די עלטערן זיינע האבן שוין אפגעשלאגן א סך אנדערע שידוכים וואס זענען אין זייערע אויגן נישט „גענוג גוט‟ ווייל ער איז געווען א געלונגענער בחור מיט פיל כשרונות און א גוטן קאפ.
מיין חבר׳טע האט מיר פארטרויט אז זי ווייסט די נעמען פון פינף מיידלעך וועלכע זענען פארגעשלאגן געווארן דורך שדכנים. איך האב זיך שטארק איינגעבעטן ביי איר זי זאל מיר אויסזאגן, ביז ענדליך האט זי מסכים געווען. איינס ביי איינס האט זי אנגעהויבן אויסרעכענען ווער די מיידלעך זענען און איך האב זיך געפילט שטארק באגליקט אז זי גיבט מיר ארויס „סודות פון חדר‟… פאר יונגע מיידלעך אין אונזער עלטער איז געווען ווי א זכי׳ צו וויסן פון פאראויס איבער א באקאנטע וואס ווערט אט א כלה.
ווען זי האט געענדיגט אויסרעכענען די ערשטע פיר פאטענציאלע שידוכים, האט זי זיך מיטאמאל אפגעשטעלט. איך האב אנגעהויבן חושד זיין אז אפשר איז די פיפטע מיידל זי, ווייל עס האט אויסגעקוקט ווי זי האט אביסל מורא מיר אויסצוזאגן.
איך האב לאנג געדארפט ארבעטן איר איבערצורעדן ביז ענדליך האט זי מיר פארטרויט אז די פיפטע מיידל בין איך!
עס האט מיר אנגעכאפט א פחד און א שאק. איך האב זיך דערפילט צו יונג! איך בין נאכנישט גרייט חתונה צו האבן! ווי קען מען דערווארטן פון מיר אין אזא יונגן עלטער אז איך זאל אנהייבן אויפשטעלן מיין אייגענע משפחה?.
גאט צו דאנקען איז דער בחור א חתן געווארן געציילטע טעג שפעטער צו אן אנדערע מיידל, און איך האב פריי אפגעאטעמט.
עטליכע וואכן שפעטער האב איך אנגעשריבן א בריוו צו מיין יונגערן ברודער אין ישיבה, אויסרעדנדיג מיין הארץ צו אים איבער אלץ וואס איז פארגעקומען. אינ׳ם בריוו האב איך זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל מיר אינזינען האבן אין זיינע תפילות. איך אליין האב אויך ערליך מתפלל געווען און געוויינט צום באשעפער זאל מיר העלפן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן אויפ׳ן בעסטן אופן וואס איז נאר שייך. איך האב געדאוונט אז מיין חתן זאל זיין א תלמיד חכם און א יראי שמים. (דאס האט מען מיר אויסגעלערנט איז דער עיקר.) איך האב אויך געבעטן אז ער זאל זיין א בעל מידות, ווייל מיין מאמע האט אין מיר איינגעפלאנצט ווי וויכטיג דאס איז! און איך האב אויך פארגאסן א סך טרערן בעטנדיג אז מיר זאלן זיך קענען גוט פארשטיין. מיין מאמע פלעגט זאגן אז זיך פארשטיין איינע די צווייטע איז א געוואלדיגע יסוד פאר א גוטן שלום בית און איך האב געטרויט איר דערפארונג.
מיט א קנאפע יאר שפעטער בין איך געזעצן ביים טיש אין אונזער שבת-צימער (אזוי רופן מיר דעם עס-צומער וואס איז געווענטליך געווידמעט ספעציעל פאר די שבת סעודת). אנטקעגן איבער מיר איז געזעסן מיין צוקונפטיגער חתן. מיר האבן געהאט א בישוי (אזוי גערופענע „דייט‟) וועלכע האט געדויערט אן ערך א האלבע שעה.
מיין טאטע האט אים א סך אויסגעלויבט, און מיין מאמע האט מיר דערציילט וועגן אלץ וואס זי האט געהערט וועגן זיין איידעלן כאראקטער. אבער איבער אלעם, האט מיר בארואיגט ווען איך האב געהאט די געלעגנהייט צו זען פאר מיר אליין דעם אמת. אין יענעם ערשטן און איינציגסטן שמועס וואס איך האב געמעגט האבן בעפאר אונזער חתונה, האב איך שוין געפילט אין מיין הארץ אז איך קען אים געטרויען.
איך האב אבער ווייט קיין אנונג נישט געהאט אז ער וועט איין טאג נאך פארווירקליכן פאר מיר די טרוים פון מיין קינדהייט.
איך האב אגב א מאל אנגעשריבן א ליד פאר מיין שוועגערין, פאר איר יום החופה. אירע שוועסטער האבן עס געזונגען צו איר און שפעטער איז דאס ליד ארומגעטיילט געווארן צו זינגען פאר אנדערע כלות אין זייער גרויסן טאג. פון די ווערטער קענט איר באקומען א ביסל א באגריף פון דעם חינוך וואס איך האב באקומען וועגן חתונה האבן. אין דער אמתן האט חתונה האבן גארנישט צו טאן מיט ליבע. עס איז פשוט וואס מען טוט צו דינען גאט און דערציען מער ׳סאלדאטן׳ אים צו דינען…
איר קענט הערן דאס ליד דא.
(המשך קומט)
כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט דער מחברטע געפֿינט זי אויף פֿייסבוק דאָ
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO