מיר זוכן פֿאָרווערטס־לייענער וואָס ניצן ניט די אינטערנעץWe’re Seeking Forverts Readers Who Don’t Use the Internet
מיר ווילן פֿאַרזיכערן אַז די לייענער וואָס ניצן נישט קיין קאָמפּיוטער אָדער סמאַרטפֿאָן זאָלן קענען געניסן פֿון אונדזער חודשלעכן געדרוקטן נוסח

Graphic by Angelie Zaslavsky
פֿאַר די לייענער וואָס האָבן גיכער ליב צו לייענען דעם פֿאָרווערטס אויף פּאַפּיר אָדער אים צו לייענען אום שבת, צעשיקט איצט דער פֿאָרווערטס יעדן חודש אַ בולעטין („ניוסלעטער‟) מיט געקליבענע אַרטיקלען, וואָס מע קען גרינג אָפּדרוקן און לייענען ווי אַן אמתע צײַטונג.
דערווײַל האָט מען שוין אַרויסגעשיקט דרײַ חודשלעכע אָפּדרוק־בולעטינען. דעם נײַסטן נומער קען מען לייענען און אָפּדרוקן דאָ.
דער אָפּדרוק־בולעטין, וואָס ווערט אַרויסגעשיקט דורך בליצפּאָסט, איז אויך געצילעוועט אויף יענע פֿאָרווערטס־לייענער, וואָס נוצן ניט די אינטערנעץ בכלל. מיר שטעלן איצט צונויף אַ רשימה לייענער וואָס מיר ווייסן אַז זיי ניצן נישט די אינטערנעץ, כּדי צו אַראַנזשירן אַז זייערס אַ קרובֿ, אָדער אַ פֿאָרווערטס־וואָלונטיר, זאָל יעדן חודש אָפּדרוקן דעם חודשלעכן בולעטין, צונויפֿדרעטלען די זײַטן און געבן אָדער שיקן זיי די פּאַפּירענע ווערסיע דורך דער געוויינטלעכער פּאָסט.
בײַ די ערשטע דרײַ נומערן פֿון דעם חודשלעכן בולעטין האָט מען אים צעשיקט אַלע לייענער, וואָס באַקומען דורך בליצפּאָסט די אַנדערע פֿאָרווערטס־בולעטינען ווי די טעגלעכע נײַעס אָדער דעם וואָכיקן „עונג־שבת‟.
אָנהייבנדיק אין סעפּטעמבער וועלן מיר אָבער בלויז שיקן דעם חודשלעכן בולעטין די מענטשן, וואָס האָבן זיך פֿאַרשריבן אויף דעם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דעם חודשלעכן אָפּדרוק־בולעטין אָדער די אַנדערע בולעטינען גיט דאָ אַ קוועטש.
ווילן מיר אײַך דערבײַ בעטן, אויב איר קענט פֿאָרווערטס־לייענער וואָס ניצן נישט די אינטערנעץ, גיט אונדז זייער טעלעפֿאָן און אַדרעס, וועלן מיר געפֿינען וואָלונטירן וואָס זאָלן די אַרטיקלען אָפּדרוקן פֿאַר זיי.
און אויב איר זענט גרייט אַליין צו זײַן אַזאַ וואָלונטיר — אָפּדרוקן און אָפּשיקן דעם חודשלעכן בולעטין אַ פֿאָרווערטס־לייענער — לאָזט אונדז אויך וויסן.
כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט אונדז שיקט אַ בליצבריוו צו [email protected].
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
