אַ שטיקל אַרײַנפֿיר צו תּשעה־באָבֿTisha B’Av 101
אַן איבערבליק פֿון די טראַדיציעס און לעגענדעס אין שײַכות מיט דעם וויכטיקן תּענות בײַ ייִדן

Graphic by Angelie Zaslavsky
די גמרא לאָזט אונדז וויסן: ווער עס טרויערט אויפֿן חורבן ירושלים וועט זוכה זײַן צו דער שׂמחה פֿון ירושלים. איז דעריבער נישט קיין צופֿאַל וואָס בײַ פֿרומע ייִדן איז ער אַ טאָג פֿון טרויער און שמחה צוזאַמען. די יאָרצײַט פֿון אַ רבין ווערט אַפֿילו באַצײכנט „הילולה‟ ווי פֿרייד און שׂמחה, ווײַל כּל־זמן די פֿאַרשטאָרבענע זײַנען נישט פֿאַרגעסן געוואָרן, לעבן זיי ווײַטער.
טרויער איז דער קאַמף קעגן פֿאַרגעסן ווערן, דער קאַמף קעגן דעם אומברחמנותדיקן גורל. דאָס איז דער זין פֿון ייִדישע טרויערטעג, באַזונדערס פֿון די דרײַ וואָכן וועלכע הייבן זיך אָן מיט דעם תּענית פֿון שבֿעה עשׂר בתּמוז און פֿאַרענדיקן זיך מיטן טאָג פֿון תּשעה באָבֿ.
מיר האָבן טיף געגלייבט אינעם ייִדישן מאָרגן, זײַנען די טעג פֿון שׂמחה און די טעג פֿון טרויער אַ כּלי־זיין אין קאַמף פֿאַרן קיום און גאולה.
ווען דער צווייטער בית־־המקדש איז חרובֿ געוואָרן, דערציילט די גמרא, האָבן אַ סך ייִדן זיך אָפּגעזאָגט פֿון עסן פֿלייש און טרינקען ווײַן.
אין די דרײַ וואָכן פֿון שבֿעה עשׂר בתּמוז ביז תּשעה באָבֿ איז מען זיך נוהג נישט צו פּראַווען קיין חתונות. זינט מיר האָבן אָנגעוווירן דעם בית־המקדש אויף דער ערד האָבן מיר אויפֿגעבויט דעם בית־המקדש של מעלה, אין הימל. דער חורבן פֿון ירושלים אויף דער ערד האָט אונדז געצוווּנגען אויפֿצובויען צוויי ירושלימס, איינער אויף דער ערד און דער צווייטער אין הימל, און פֿאַרבליבן איז אונדז דער גײַסטיקער ירושלים.
אַן אַלטע אַגדה דערציילט, אַז ווען משה רבינו האָט געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך מיט דער וועלט, האָט אים גאָט ברוך הוא אַרויפֿגעפֿירט אין הימל און אים געוויזן אַלץ וואָס ס׳וועט פּאַסירן מיט די קומענדיקע דורות. האָט משה רבינו געווענדט זײַן בליק צום כּסא הכּבֿוד און געזען ווי גאָט, ברוך הוא, בויט דעם בית־המקדש מיט אײדלשטיינער און צווישן איין שטיין און אַ צווייטן שײַנט אַרויס דער גלאַנץ פֿון דער שכינה און משיח בן דוד שטייט אין מיטן.
פֿאַראַן אַן אַלטע ייִדישע לעגענדע וואָס דערציילט אַז אין דעם טאָג וואָס דער בית־המקדש איז חרובֿ געוואָרן איז משיח געבוירן געוואָרן. מען טאָר דעם טאָג אַפֿילו נישט לערנען קיין תּורה אַחוץ דעם ספֿר איוב, איכה און יענע טיילן פֿון ירמיהו וווּ עס רעדט זיך וועגן גלות און חורבן.
אַ קאַפּיטל תּהילים טראָגט דעם נאָמען „על נהרות בבֿל‟, דאָס טרויעריקסטע ליד פֿונעם ערשטן חורבן בית־המקדש. געווען איז עס איבער צוויי און אַ האַלב טויזנט יאָר צוריק. נאָך אַ לאַנגער באַלאַגערונג איז ירושלים געפֿאַלן, דאָס לאַנד איז חרובֿ געוואָרן און אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג איז פֿאַרשלעפּט געוואָרן אין געפֿאַנגענשאַפֿט קיין בבֿל, אינעם הײַנטיקן באַגדאַד, איראַק. דער מאַרש פֿון ירושלים קיין בבֿל איז געווען אַ געפֿערלעכער. אויסגעמאַטערטע, אַנטוישטע און דערשלאָגענע זײַנען די רעשטלעך פֿון די פֿאַרטריבענע ייִדן אָנגעקומען און דאָ, בײַ די טײַכן פֿון בבֿל, האָבן זיי זיך געגעבן אַ הייליקע שבֿועה אייביק צו געדענקען ירושלים.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

