פֿונדאַציע זוכט פּראָיעקטן וואָס מוטיקן רעדן און שרײַבן אויף ייִדישFoundation Seeks Projects Boosting Speaking, Writing In Yiddish
אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט די פֿונדאַציע א״נ בנימין שעכטער סובסידירט ייִדיש־שפּראַכיקע צוזאַמענפֿאָרן, אָנלײַן־קלאַסן און ווערטערביכער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער נעמט שוין איצט אָן אַפּליקאַציעס אויף סובסידיעס. די פֿונדאַציע זוכט גוט דורכגעקלערטע פּראָיעקטן וואָס זאָלן מוטיקן דאָס אַקטיוו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש.
פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט ביז איצט געשטיצט נעמען אַרײַן: אָנלײַן־ייִדיש־קלאַסן, צוזאַמענפֿאָרן אויף וועלכע מע רעדט בלויז ייִדיש, ווערטערביכער און לערנביכער.
די סובסידיעס באַטרעפֿן צווישן 1,000 און 3,000 דאָלאַר. דער טערמין אויף צו דערלאַנגען אַפּליקאַציעס איז נישט שפּעטער פֿון פֿרײַטיק, דעם 23סטן אויגוסט 2019.
אַלע אַפּליקאַציעס דאַרפֿן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש און אַרײַננעמען די ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע:
- אַ קיצור פֿונעם פּראָיעקט
- די נעמען און קורצע ביאָגראַפֿיעס פֿון די יחידים וועלכע באַטייליקן זיך אינעם פּראָיעקט
- אַ בודזשעט, אַרײַנגערעכנט אַנדערע קוואַלן בײַ וועלכע מע האָט געבעטן פֿאָנדן
- אַנדערע סובסידיעס וואָס מע האָט שוין באַקומען פֿאַר דעם פּראָיעקט
- די געמאָנטע סומע
זײַט אַזוי גוט, שיקט אײַער אַפּליקאַציע אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס: [email protected]
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
