אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור וועלן געדרוקט ווערן אין פֿאָרווערטסTreasures of Yiddish Literature to be Published in the Forverts
די ערשטע דרײַ דערציילונגען וועלן זײַן פֿון שלום־עליכם, צבֿי אײַזנמאַן און יצחק באַשעוויס־זינגער.

Image by Getty Images
במשך פֿון די יאָרן זענען אויף דער וועבזײַט פֿונעם פֿאָרווערטס דערשינען כּלערליי אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַרײַנגערעכנט סײַ באַרימטע דערציילונגען פֿון שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, סײַ ווייניקער באַקאַנטע שרײַבער ווי צבֿי אײַזנמאַן ז׳׳ל, וואָס האָבן נאָך אַלץ געשריבן אין די 2010ער יאָרן.
צוליב דעם וואָס דער פֿאָרווערטס איז אַריבער אויף אַ נײַער וועבזײַט און די אַלטע וועבזײַט ווערט מער ניט דערהײַנטיקט, איז עס אָפֿט שווער די פֿאָרווערטס־לייענער צו געפֿינען די דאָזיקע מײַסטערווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס דער פֿאָרווערטס האָט אָפּגעדרוקט במשך פֿון די יאָרן 2007 ביז 2017.
לעצטנס האָבן עטלעכע לייענער געבעטן מע זאָל ווידער אַרויסגעבן די אָ דערציילונגען, כּדי זיי צו מאַכן מער צוטריטלעך. במשך פֿון די קומענדיקע עטלעכע טעג וועלן אויף די „שפּאַלטן‟ (אָדער בעסער געזאָגט: „פּיקסלען‟) פֿון פֿאָרווערטס אַרויסגיין אַ נײַע סעריע „אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟. טייל דערציילונגען וועלן באַגלייט ווערן מיט קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿאָרגעלייענט פֿון אַקטיאָרן, ווי אויך אילוסטראַציעס געשאַפֿן פֿון יהודה בלום. אַזוי ווי תּמיד, קען מען געפֿינען די ענגלישע איבערזעצונג פֿון יעדן וואָרט דורך אַ קוועטש פֿונעם מײַזל.
די ערשטע דערציילונגען וואָס וועלן אַרויסגעשטעלט ווערן זענען פֿון שלום־עליכם, צבֿי אײַזנמאַן, און יצחק באַשעוויס־זינגער. במשך פֿון די קומענדיקע חדשים וועט מען אויך אַרויפֿשטעלן דערציילונגען פֿון יוסף אָפּאַטאָשו, משה נאַדיר, אליעזר שטיינבאַרד, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, דוד בערגעלסאָן, בלומע לעמפּל און אַנדערע.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
, editor-in-chief