ווי דער ניו־יאָרקער מיסט־אָפּטייל האָט גורם געווען אַ באַרג מיסט אין באָראָ־פּאַרקHow NYC Sanitation Created A Mountain Of Garbage In Boro Park
מע פֿלעג אַוועקפֿירן דאָס מיסט פֿינעף מאָל אַ וואָך. איצט טוט מען עס בלויז צוויי מאָל אַ וואָך, און איינער פֿון די צוויי טעג איז שבת.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש דאָ.
אין אַ האַרבסטאָוונט לעצטנס אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, בעת ייִדן פֿון כּולל האָבן זיך אַהיימגעיאָגט פֿון בית־מדרש און ייִנגלעך זענען געפֿאָרן אויף זייערע ראָווערס, האָט מען נישט געקענט אויסמײַדן אויף אַלע טראָטואַרן די ריזיקע זעק מיסט, מיט אַ שרעקלעכן געשטאַנק דערצו.
„מע זעט דאָס מיסט אומעטום,‟ האָט אַן אײַנוווינערין, גרייס דעווילאָ גענקאָ, געטענהט אויף דער לעצטער זיצונג פֿונעם באָראָ־פּאַרקער כּלל־אַמט („קאָמיוניטי באָרד‟). „ווי קענען מיר פֿאַרזיכערן אַז די גאַסן זאָלן גערייניקט ווערן?‟
סײַ אײַנוווינער סײַ אָרטיקע באַאַמטע באַקלאָגן זיך וועגן די גרויסע בערג מיסט אויפֿן טראָטואָר און זאָגן אַז דאָס איז צום גרויסן טייל אַ רעזולטאַט פֿון דעם וואָס דער שטאָטישער מיסט־דעפּאַרטעמענט פֿאַרשטייט נישט דעם אייגנאַרטיקן כאַראַקטער פֿונעם אָרטיקן ייִדישן ייִשובֿ.
אין סעפּטעמבער האָט דער ניו־יאָרקער מיסט־דעפּאַרטעמענט אָנגעהויבן אַ נײַע פּראָגראַם פֿון אָפּנעמען מיסט וואָס זאָל העלפֿן פֿאַרהיטן אַ גוטן סבֿיבֿה־מצבֿ. ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם האָט מען רעדוצירט די צאָל טעג פֿון אָפּנעמען דעם אַלגעמיינעם מיסט פֿון פֿינעף טעג אַ וואָך אויף בלויז צוויי טעג.
אַנשטאָט דעם נעמט מען איצט אָפּ קאָמפּאָסט (אָרגאַניש מיסט פֿון גרינסן, בלעטער, גראָז אאַז״וו) פֿינף מאָל אַ וואָך; פּאַפּירענע איבערניצוואַרג (ריסײַקלינג, בלע״ז) — פֿיר מאָל אַ וואָך, און אַנדערע איבערניצוואַרג — מעטאַלענע, גלעזערנע און פּלאַסטישע מיסט — דרײַ מאָל אַ וואָך. דאָס געוויינטלעכע מיסט נעמט מען איצט אָפּ בלויז צוויי מאָל אַ וואָך. די אײַנוווינער און אָרטיקע באַאַמטע זאָגן אָבער אַז דאָס איז פּשוט נישט גענוג אין באָראָ־פּאַרק, וווּ עס געפֿינען זיך אַזוי פֿיל גרויסע שולן.
„אין געוויסע בנינים דאָ סערווירט מען יעדן טאָג טויזנטער קינדער פֿרישטיק, מיטאָג און וועטשערע — און דאָך קלײַבט מען דאָס מיסט בלויז צוויי מאָל אַ וואָך,‟ האָט זיך באַקלאָגט דער דיסטריקט־פֿאַרוואַלטער באַרי ספּיצער אויף דער זיצונג אין סעפּטעמבער. דער רעפּאָרטער פֿון דעם אַרטיקל האָט געפּרוּווט אַראַנזשירן אַן אינטערוויו מיט ספּיצער אָבער ער האָט נישט געענטפֿערט אויף אירע טעלעפֿאָנען אָדער בליצבריוו און האָט זי איגנאָרירט ווען זי האָט געפּרוּווט רעדן מיט אים אויף אַן עפֿנטלעכער זיצונג.
לויט דער שטאָט־סטאַטיסטיק האָט דער מיסט־דעפּאַרטעמענט הײַיאָר אָפּגעפֿירט מער מיסט פֿונעם דיסטריקט 12 ווי פֿון אַלע אַנדערע געגנטן אין ברוקלין. אַ טייל פֿונעם מיסט קומט פֿון די ישיבֿות אין באָראָ־פּאַרק וואָס באַטרעפֿן אַ פֿערטל פֿון אַלע שולן אין יענעם דיסטריקט. בײַ די ישיבֿות לערנען זיך אַ סך מער תּלמידים ווי בײַ ס׳רובֿ פּריוואַטע שולן כּדי צו באַדינען די גרויסע חרדישע משפּחות וואָס וווינען אין דער געגנט.
אין דער סאַטמערער ישיבֿה אין באָראָ־פּאַרק, למשל — די פֿיפֿט־גרעסטע פּריוואַטע שול אין דער שטאָט ניו־יאָרק — לערנען זיך בערך 1,900 תּלמידים פֿון קינדער־גאָרטן ביזן צוועלפֿטן קלאַס.
ווען די מיסט־אַרבעטער פֿירן אַוועק דאָס מיסט, לאָזן זיי אָפֿט מאָל איבער אויפֿן טראָטואַר יענע זעק וואָס האָבן זיך צעריסן אָדער וואָס זיי קענען שוין מער נישט אַרײַנקוועטשן אין דעם איבערגעפֿולטן משׂא־אויטאָ, האָבן געזאָגט אַ צאָל אײַנוווינער און דערוויילטע שטאָט־באַאַמטע.
ווען אַ מיסט־אויטאָ קען נישט אָפּנעמען דאָס גאַנצע מיסט, בײַט דער מיסט־אָפּטייל דעם פּלאַן, האָט דערקלערט דינאַ מאָנטעז, אַ וואָרטזאָגערין פֿאַרן דעפּאַרטעמענט. „אויב אַן אָפּפֿיר־אויטאָ ווערט צו פֿול, שיקט מען פֿונעם אָרטיקן גאַראַזש נאָך אַ מיסט־אויטאָ צו פֿאַרזיכערן אַז אַלץ זאָל אַוועקגעפֿירט ווערן.‟
עס זענען דאָ געוויסע שריט וואָס דער מיסט־אָפּטייל קען נעמען צו פֿאַרזיכערן אַז מע שיקט אַרויס גענוג מיסט־אויטאָס פֿאַר יעדער געגנט, האָט דערקלערט ברײַען סטיילי, פּרעזידענט פֿון דער „פֿונדאַציע פֿון סבֿיבֿה־פֿאָרשונג‟. מע דאַרף, למשל, צו ערשט דערגיין וויפֿל מיסט עס זאַמלען זיך אָן בײַ די תּושבֿים אין דער היים און אין די שולן, איידער מע ענדערט דעם פּלאַן.
„אַ שטודיע צו פֿאָרשן די מיסט־באַדינגונגען וואָלט אָנגעוויזן וויפֿל פֿון די אַרויסגעוואָרפֿענע זאַכן זענען טאַקע קאָמפּאָסט און איבערניצוואַרג, און וויפֿל איז סתּם מיסט, און דאָס קען העלפֿן דער שטאָט באַשטימען וויפֿל טעג מע זאָל אָפּפֿירן דאָס מיסט,‟ האָט סטיילי באַמערקט. „די שטאָט האָט אפֿשר נישט ריכטיק געשאַצט וויפֿל מיסט ס׳איז פֿאַראַן אינעם דיסטריקט 12.‟
די לעצטע פֿאָרשונג אַזאַ איז אַרויס אין 2017. אויף דער פֿראַגע, צי מע האָט אַרײַנגערעכנט באָראָ־פּאַרק אין יענער שטודיע, האָט אַ וואָרטזאָגער פֿונעם דעפּאַרטעמענט זיך אָפּגעזאָגט צו ענטפֿערן, נאָר בלויז געזאָגט אַז מע האָט גענומען מוסטערן פֿון אַלע פֿינעף באָראָס.
מסתּמא שפּילט שפּראַך אויך אַ ראָלע. כּמעט 36,000 אײַנוווינער פֿון באָראָ־פּאַרק רעדן ייִדיש אין דער היים, בשעת בערך 9,400 אײַנוווינער רעדן שפּאַניש אָדער שפּאַניש־קרעאָל, גיט איבער די לעצטע רעגירונג־אַנקעטע פֿון דער געגנט.
אָבער ווען אַ מאַנשאַפֿט פֿונעם מיסט־אָפּטייל איז דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער געקומען אין אַלע זיבן ישיבֿות 2־4 מאָל, כּדי צו טרענירן די שול־אַדמיניסטראַטאָרן ווי זיך צוצוגרייטן צום נײַעם מיסט־אָפּפֿיר־פּלאַן, האָט זיי באַגלייט אַ שפּאַניש־איבערזעצער און מע האָט אויך איבערגעזעצט דעם געדרוקטן צײַטפּלאַן פֿון אָפּפֿירן מיסט אויף שפּאַניש, אָבער קיין ייִדיש־איבערזעצער איז נישט געווען. מע האָט בלויז געשאַפֿן אינפֿאָרמאַציע־בויגנס אויף ייִדיש.
צום טייל איז די פּראָבלעם אויך אַ קולטורעלע. אַפֿילו אין ישׂראל, וווּ מער ווי אַ מיליאָן תּושבֿים זענען חרדים, האָבן די מוניציפּאַליטעטן צרות בײַם דורכפֿירן אין די שטאַרק פֿרומע געגנטן „גרינע‟ איניציאַטיוון וואָס קענען פֿאַרבעסערן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ. אַ סך חרדים באַצייכענען די באַוועגונג צו פֿאַרהיטן דעם סבֿיבֿה־מצבֿ ווי אַ סעקולערע פּראָפּאַגאַנדע. דערצו פּראָדוצירן די חרדישע משפּחות אַ סך מיסט, ווי אַוועקוואַרף־געפֿעס און ־ווינדעלעך.
צעטיילן דאָס מיסט אין באַזונדערע קאַטעגאָריעס שאַפֿט אויך אַ סך מער אַרבעט פֿאַרן ישיבֿה-פּערסאָנאַל. „מיר פֿלעגן פּשוט אַראָפּציִען אַלע טישטעכער פֿון די טישן און זיי אַרײַנוואַרפֿן אין די מיסטקאַסטנס מיטן מיסט צוזאַמען,‟ האָט דערקלערט יצחק פֿרידמאַן, אַ סטרוזש בײַ דער ישיבֿה „תּורה ויראה‟ אין באָראָ־פּאַרק. „איצט דאַרפֿן מיר צעטיילן יעדן טעלער, און יעדן מין עסן. נו, שטעלט זיך פֿאָר אַז מע דאַרף דאָס טאָן יעדן טאָג, און אויב מע סערווירט מיטאָג צוויי מאָל אין טאָג, דאַרף מען עס אויך טאָן צווישן די צוויי מיטאָגן. ס׳איז אַ סך האָרעוואַניע.‟
פֿרידמאַן דינט שוין 15 יאָר לאַנג ווי דער סטרוזש פֿון דער ישיבֿה און זאָגט אַז ער האָט נאָך קיין מאָל נישט געזען אַזאַ „באַרג מיסט‟ וואָס זאַמלט זיך אָן צוויי מאָל אַ וואָך לעבן דעם בנין. „מע זעט דאָרט ממש עטלעכע הונדערט זעק,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳איז עקלדיק און סע שטינקט.‟
נאָך אַ פּראָבלעם איז וואָס שבת איז איינער פֿון די צוויי טעג וואָס מע נעמט אָפּ דאָס מיסט; דער צווייטער טאָג איז מיטוואָך. שבת זענען אַוודאי נישט פֿאַראַן קיין שול־אַרבעטער וואָס זאָלן קענען רייניקן דעם טראָטואַר נאָך דעם ווי דאָס מיסט ווערט אַוועקגעפֿירט, האָט פֿרידמאַן באַמערקט. די אַרבעטער פֿלעגן יעדן טאָג רייניקן דעם טראָטואַר נאָך דעם ווי מע האָט דאָס מיסט אַוועקגעפֿירט אָבער איצט קענען זיי עס בלויז טאָן איין מאָל אַ וואָך.
דער ברוקלינער באָראָ־פּרעזידענט עריק אַדאַמס האָט דערקלערט אַז דער מיסט־דעפּאַרטעמענט האָט נישט קאָמוניקירט מיט די אײַנוווינער ווי געהעריק וועגן דער אָרגאַניק־פּראָגראַם. „צוליב דעם וואָס די שטאָט האָט נישט פֿאַרשטאַנען דעם אייגנאַרטיקן כאַראַקטער פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג קען די אַגענטור איצט נישט האַלטן די גאַסן ריין,‟ האָט ער געזאָגט.
באַרי ספּיצער און דער שטאָטראַט־באַאַמטער קלמן יעגער האָבן דערווײַל פֿאַרשפּרייט קלאַנגען אַז דער מיסט־אָפּטייל „באַשטראָפֿט‟ דעם דיסטריקט ווײַל די ישיבֿות האָבן אַרויסגעוויזן אַ קנאַפּען אינטערעס אין דער נײַער פּראָגראַם פֿון אָרגאַנישן מיסט־אָפּפֿיר. אַ וואָרטזאָגער פֿאַרן באָראָ־פּרעזידענט עריק אַדאַמס האָט אָבער געזאָגט אַז זײַן דעפּאַרטעמענט האָט נישט געהערט אַזאַ אינפֿאָרמאַציע.‟
פּונקט ווי באַרי שפּיצער האָט קלמן יעגער נישט געענטפֿערט אויף דער בקשה נאָך אַן אינטערוויו.
נישט געקוקט אויף די אָ שוועריקייטן אין באָראָ־פּאַרק, האָפֿן די סבֿיבֿה־אַקטיוויסטן אַז די אָרטיקע תּושבֿים וועלן אין גיכן זיך באַטייליקן אין דער אָרגאַנישער מיסט־אָפּפֿיר־פּראָגראַם און זיך נישט אָנזעצן אויפֿן מיסט־דעפּאַרטאַמענט.
„איך ווייס אַז מ׳איז איצט שטאַרק אויפֿגעבראַכט וועגן דער צאָל טעג וואָס מע פֿירט אַוועק דאָס מיסט,‟ האָט באַמערקט דזשאָסטין גרין, דירעקטאָר פֿון דער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־אָרגאַניזאַציע, Big Reuse. „דאָס קאָמפּאָסטירן איז אָבער אַ וויכטיקע פּראָגראַם און עס קומט דער שטאָט און איר מיסט־אָפּטייל אַ יישר־כּוח פֿאַר זייער אײַנפֿירן אַזאַ זאַך.‟
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO