Laura Esther Wolfson by the Forward

לאָראַ אסתּר וואָלפֿסאָן, אַן עסיי־שרײַבערין וואָס האָט ליב ייִדיש

Laura Esther Wolfson, An Essayist Who Loves Yiddish

ניט לאַנג צוריק האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט דער אַמעריקאַנער שרײַבערין לאָראַ אסתּר װאָלפֿסאָן אין איר דירה אױף דער אָפּער־װעסט־סײַד אין מאַנהעטן.

אין 2018 האָט װאָלפֿסאָן אַרױסגעגעבן איר ערשט בוך “For Single Mothers Working as Train Conductors” — אַ זאַמלונג עסײען װעגן רוסיש, ייִדיש, ייִדישקײט, צוזאַמענלעבן און גטן־זיך, איר אַרבעט ווי אַן איבערזעצער און אַנדערע טעמעס. די שרײַבערין און איר בוך האָבן געװוּנען די „אײַאָװער פּרעמיע פֿאַר ליטעראַרישער פֿאַקטפּראָזע‟, און איז אויך באַצייכנט געוואָרן ווי איינס פֿון די בעסטע ביכער פֿון יאָר 2018 דורך „קירקוס ריוויוס‟.

צװײ עסײען אינעם באַנד װעלן דעם ייִדיש־לײענער זײַן גאָר טשיקאַװע: אײנער װעגן איר לערנען זיך ייִדיש אין דער װילנער זומער־פּראָגראַם און אַ צװײטער װעגן אַ בוך װאָס באַשרײַבט דעם לעצטן ייִדישן פּאָעט אין דער ליטע.

װאָלספֿאָן שרײַבט זײער אָפֿן װעגן איר באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך, אַרײַנגערעכנט איר ראַנגלען זיך מיט די שװעריקייטן פֿון שטודירן ייִדיש װי אַ פֿרעמדע שפּראַך: „ייִדיש לאָזט מיך זיך פֿילן גאַנץ, אין דער זעלבער צײַט ווי זי דערמאָנט מיך װי צעבראָכן איך בין. און װאָס נאָך װאָלט געקענט זײַן מער נאַטירלעך װי צו זײַן צעבראָכן?

„נישט געקוקט אױף דעם אַלץ איז מײַן גערעדט ייִדיש פֿאָרט שװאַך. אַ סך מענטשן רעדן אַ ייִדיש װאָס איז געשליפֿן געװאָרן דורך עטלעכע יאָר ניצן עס אין דער הײם און דורך לײענען באַליבטע מחברים אינעם אָריגינאַל, דורך פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישער פֿאָרשונג װעגן ליטעראַטור אָדער לינגװיסטיק, דורך זינגען ייִדישע לידער, דורך איבערזעצן ׳װיני דער פּו׳ אױף ייִדיש, אָדער דורך שאַפֿן אַ ייִדישן נוסח פֿון ׳סקראַבל׳. איך אָבער בין קױם בכּוח מיט זײ צו רעדן אױף ייִדיש. אױף ענגליש טױג אָבער אױך נישט.”

קענט איר דערצײלן אַ ביסל װעגן אײַער „נסיעה צו ייִדיש”? האָט דאָס לערנען זיך ייִדיש משפּיע געװען אױף אײַער שרײַבן?

מײַן ערשטער ייִדיש־קלאַס איז געװען בײַ דער אינטענסיװער זומער־פּראָגראַם אין ייִװאָ, אין 2000. איך האָב שױן אַ לאַנגע צײַט געװוּסט אַז ייִדיש איז װיכטיק צוליב דעם װאָס מײַן מאַמע שטאַמט פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה און האָט זײער אָפּגעשאַצט די שפּראַך. זי האָט ניט געקענט רעדן פֿליסיק אָבער זי האָט קינדװײַז געהערט ייִדיש בײַ אירע עלטערע שװעסטער און טאַטע־מאַמע. זי האָט אַלע מאָל געזאָגט אַז דאָס ייִדישע לשון איז איינס פֿון די װיכטיקסטע זכרונות פֿון אירע קינדעריאָרן. צוליב דעם וואָס די ייִדישע שפּראַך איז געװען די אײנציקע ייִדישלעכע זאַך צו װאָס איך אַליין האָב זיך באַצױגן פּאָזיטיװ, איז דאָס געװען אַ גוטער אָנהײב פֿאַרן אױספֿאָרשן מײַן ייִדישקײט.

אַ שרײַבער אָדער קינסטלער דאַרף װיסן פֿון װאַנעט ער שטאַמט. איך האָב געװוּסט אַז די װערטן װאָס מע האָט מיר איבערגעגעבן האָבן געדאַרפֿט זײַן ייִדישע װערטן, נאָר איך האָב ניט פֿאַרשטאַנען װי אַזױ אָדער פֿאַר װאָס זײַ זײַנען ייִדישע. במשך פֿונעם ערשטן זומער אין ייִװאָ, האָב איך זיך אויסגעלערנט אױסדרוקן און פּרטים װעגן שטײגער־לעבן און זיך דערװוּסט אַז מײַן משפּחה איז נישט געווען די איינציקע וואָס האָט גערעדט אָדער געטאָן אַזוי: װײַזט זיך אַרױס אַז דאָס זענען סתּם אַשכּנזישע טראַדיציעס! דעמאָלט האָב איך זיך דערפֿילט אַ סך װײניקער עלנט אױף דער װעלט. האָבנדיק אויפֿגעוואַקסן אין אַ ניט־פֿרומער סבֿיבֿה האָב איך זיך תּמיד געפֿילט אַנדערש סײַ פֿון דער ניט־ייִדישער געזעלשאַפֿט, סײַ פֿון ס’רובֿ ייִדן. דאָס לערנען זיך ייִדיש האָט בײַ מיר געהײלט װוּנדן און פֿאַרלאַטעט די שפּאַרעס אין מײַן אידענטיטעט.

ייִדיש איז נאָר אײנע פֿון עטלעכע לשונות װאָס איר האָט זיך געלערנט און מיט װאָס איר האָט געאַרבעט. קענט איר דערצײלן אַ ביסל מער װעגן אײַער באַציִונג צו רוסיש, פֿראַנצײזיש און ייִדיש? צי פֿילט איר אַז אײַער פֿילשפּראַכיקײט איז אַ טײל פֿון אײַער ייִדישקייט?

זײער טשיקאַװע, איך האָב קײן מאָל ניט געטראַכט װעגן מײַן פֿילשפּראַכיקט װי אַ טײל פֿון מײַן ייִדישער אידענטיטעט װײַל איך בין ניט אױפֿגעװאַקסן אין אַ פֿילשפּראַכיקער סבֿיבֿה, אָדער געװען אַ טײל פֿון אַ לינגװיסטישער מינאָריטעט. איך האָב זיך אָנגעהױבן לערנען רוסיש װען איך בין געװען 17 יאָר אַלט. במשך פֿון מײַנע 20ער און 30ער יאָרן האָב איך פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און אויך נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווי אױך צװישן רוסיש־רעדערס דאָ אין ניו־יאָרק און דאָס האָט באַאײַנפֿלוסט מײַן באַנעם פֿון דער װעלט־געשיכטע.

צו פֿראַנצײזיש בין איך צוגעקומען שפּעטער. איך בין ניט געװאָרן קיין פֿליסיקער פֿראַנצײזיש־רעדער ביז איך בין שױן געװען אין מײַנע 30ער. כ׳האָב דעמאָלט טאַקע געטראַכט: „װי אַזױ האָב איך אָפּגעלעבט אַזױ פֿיל יאָרן אָן צו קענען פֿראַנצײזיש?‟ פֿאַראַן אַזאַ אײַנגעבױרענע שײנקײט און עלעגאַנץ אין דער שפּראַך װאָס איז אָן אירס גלײַכן. דאָס לערנען זיך ייִדיש איז אָבער גיכער געװען אַן אינעװײניקסטע איבערלעבונג, ניט קײן אױספֿאָרשונג פֿון דער דרױסנדיקער װעלט. קאַפֿקאַ האָט, דאַכט זיך, אַ מאָל געזאָגט: „איר קענט מער ייִדיש װי עס דאַכט זיך אײַך‟ און בײַ מיר איז דאָס זיכער געװען אמת.

װער זײַנען אײַערע באַליבטסטע ייִדישע מחברים? האָט עמעצער פֿון זײ משפּיע געװען אױף אײַער באַנעם פֿון די צוויי זשאַנערס — דער אױטאָביאָגראַפֿיע און דעם עסײ?

מײַנע באַליבטסטע שרײַבער זײַנען מאַרסעל פּרוסט און װ. ג. סעבאַלד. סעבאַלד איז טאַקע ניט קײן ייִדישער שרײַבער אָבער ער שרײַבט װעגן ייִדישע ענינים. און פּרוסט איז אין דער אמתן יאָ געווען אַ ייִד אָבער ס’רובֿ מענטשן באַטראַכטן ניט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם װי אַ װיכטיקער טײל פֿון זײַנע װערק. ער שרײַבט אָבער אַ סך װעגן ייִדישע ענינים, בפֿרט אין די שפּעטערע בענד װעגן אַלפֿרעד דרײפֿוסן און אַנדערע ייִדישע פּערסאָנאַזשן וווּ ער מאָלט אָפּ ווי אַזױ זײ האָבן באַוויזן יאָ צי נישט זיך אַרײַנצופּאַסן אין די הױכע פֿענצטער פֿון דער פּאַריזער געזעלשאַפֿט.

צװישן די מער באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער האָב איך ליב בערנאַרד מאַלאַמוד, גרײס פּײלי, אײַזיק באַבעל און יענטע מאַש — אַ שרײַבערין וואָס איך האָב נאָר װאָס אַנטפּלעקט דורך דעם נײַעם באַנד איבערזעצונגען פֿון אירע דערציילונגען, On the Landing. װען איך האָב דאָס ערשטע מאָל ערנסט געלײענט פּרוסט האָט זיך מיר געדאַכט אַז ער שרײַבט ניט קײן ראָמאַן, נאָר אַ באַנד עסײען, הונדערטער און הונדערטער עסײען. דעמאָלט האָב איך זיך געכאַפּט אַז מע קען שרײַבן און צונױפֿבינדן עסײען אױף עטלעכע אופֿנים. דורך די אַלע שרײַבער האָב איך אױך פֿאַרשטאַנען די װערט פֿון דער אױטאָביגאָראַפֿיע — אַ זשאַנער װאָס די ליטעראַרישע קריטיקער האָבן ביז לעצטנס ניט גענוג אָפּגעשאַצט.

מסתּמא איז אומפֿאַרמײַדלעך װאָס אײַערע עסײען דערמאָנען דעם חורבן. װי אַ פֿאַרמיטלערין דערצײלט איר צװײ מעשׂיות: קודם די מעשׂה פֿון פֿאַיִנאַ, אַ לעבן געבליבענע װאָס איר טרעפֿט אין װילנע; שנית, די מעשׂה װעגן דעם מחבר אַרקאַדי און זײַן רוסישן בוך װעגן דעם לעצטן ייִדישן פּאָעט פֿון דער ליטע. האָט איר זיך אַ ביסל געזאָרגט װעגן איבערדערצײלן די לעבנס־געשיכטעס פֿון די מענטשן?

איך בין זײער באַװוּסטזיניק אַז איך דערצײל די מעשׂיות אויף אַן אַנדער אופֿן אַזױ װי די מענטשן װאָלטן דאָס אַלײן דערציילט. זאָרג איך זיך טאַקע אַ ביסל דערװעגן. פֿאַיִנאַ האָט זיכער געװאָלט אַז מען זאָל איבערדערציילן פּינקטלעך וואָס זי האָט איבערגעלעבט. זי האָט כּסדר איבערגעחזרט: „דערצײל דזשעסיקאַן‟ (די פֿרױ מיט װאָס זי האָט זיך פֿריִער באַקענט און װעמען זי האָט ניט געקענט איבערגעבן אַזױ פּינקטלעך אַלצדינג צוליב איר שוואַכער קענטשאַפֿט פֿון ענגליש). האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז „דערצײל דזשעסיקאַן‟ הײסט „דערצײל דער װעלט‟. איך פּרוּװ געפֿינען אַ באַלאַנס צװישן מענטשלעכקײט און די באַדערפֿענישן פֿונעם נאַראַטיװ. דאָס דערפֿירט מיך צו אַ מער װאָגיקער פֿראַגע: ווי פֿאַרלאָזלעך זענען זכרונות? איך פֿאַררעכן זיך ניט פֿאַר אַ מעמואַרן־שרײַבערין נאָר װי אַ דערצײלערין. פֿאַראַן מסתּמא מאָמענטן װען מײַנע באַשרײַבונגען זײַנען ניט אַזױ געטרײַ צו דעם װאָס איך האָב טאַקע איבערגעלעבט אָדער געהערט. דאָס דערצײלן פֿון דאָס נײַ איז ממש מײַן אײגענער אופֿן צו דערצײלן, אַזױ אַרום װערט די מעשׂה מײַן אייגענע און איך באַשטעטיק עפֿנטלעך אַז אפֿשר בין איך זיך טועה וועגן געוויסע געשעענישן.

אײַערע עסײען זײַנען אױך װעגן אַנדערע טעמעס: רוסלאַנד, דזשענדער, איבערזעצונג, ליטעראַטור אין אַלגעמײן און נאָך. װי אַזױ פּאַסט זיך ייִדישקייט אַרײַן צװישן די אַנדערע טעמעס?

דער עסײ װאָס הײסט „דאָס חורבן־בוך‟ באַרירט טעמעס ווי די ייִדישע אידענטיטעט, די ייִדישע רעליגיע, די ייִדישע און רוסישע שפּראַך און איבערזעצונגען. איך טראַכט װעגן דעם עסײ װי אַ מאַטריאָשקע װײַל אין דער אמתן זײַנען פֿאַראַן עטלעכע שיכטן: ראשית, די מעשׂה פֿונעם שרײַבער אַרקאַדי װאָס האָט פֿאַרשריבן זײַנע שמועסן מיטן לעצטן ייִדישן פּאָעט אין דער ליטע (אױף רוסיש); שנית, די מעשׂח פֿון מײַן באַגעגענען זיך מיטן שרײַבער אַרקאַדי און מײַן פּרוּװ אים צו העלפֿן מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון זײַן בוך. זײ זײַנען בײדע זײער קראַנק און פֿון אַנדערע עסײען אין בוך דערװיסט זיך דער לײענער אַז איך האָב אױך אַ שװערע קרענק. די טעמע קראַנקײט װײַזט אָן אױף דער זאָרג פֿון אַ שרײַבער אַז אפֿשר װעט ער ניט האָבן גענוג צײַט צו פֿאַרשרײַבן אַלץ װאָס ער װיל. אָבער אַ מאָל טראַכט איך אַז אַ קראַנקײט קען מוטיקן אַ מענטשן צו װערן אַ שרײַבער װײַל אַ מער אַקטיװער לעבן־שטײגער איז אוממעגלעך װען מע פֿילט זיך ניט אַזױ שטאַרק.

צי אַרבעט איר איצט אױף אַ נײַעם בוך, אפֿשר אױך מיט ייִדישע טעמעס?

אײן פּראָיעקט װאָס איך באַטראַכט איז אַ בוך װעגן מײַן מאַמען וואָס איז נפֿטר געװאָרן מיט אַ פּאָר חדשים צוריק. די מעשׂה דאָ רעדט זיך וועגן דעם ווי זי האָט זיך געפּרוּווט אַרױסדרײען פֿון זײער אַ ייִדישלעכן לעבן און פֿון אירע עלטערן װאָס זײַנען תּמיד געװען דרױסנדיקע אין דער געזעלשאַפֿט. מײַן טאַטנס משפּחה איז געװען אַ סך מער אַסימילירט, און דאַכט זיך אַז זי האָט ניט געקענט אױסדריקן איר ייִדישקײט אין איר חתונה־לעבן מיט אים. איך האַלט אַז ייִדן װאָס האָבן זיך אַסימילירט האָבן געדאַרפֿט געפֿינען אַ במקום פֿאַר דער רעליגיע. בײַ אַ סך ייִדן איז דאָס געװען קונסט אָדער די לינקע פּאָליטיק; זיכער איז אַזױ געװען בײַ מײַנע עלטערן. װען מײַן מאַמע איז געװען יונג האָט זי געװאָלט זײַן אַ טענצערין אָבער אירע עלטערן זײַנען געװען קעגן דעם װײַל בײַ זיי איז דאָס אױפֿטרעטן אױף אַ בינע און דאָס װײַזן דעם גוף געװען גלײַך ווי פּראָסטיטוציע. אַ טײל פֿון דער מאַמעס געראַנגל איז טאַקע געװען צו בױען אַ לעבן פֿאַר זיך, נישט געקוקט אויף די פֿאָדערונגען פֿון איר דערציִונג.

לאָראַ אסתּר וואָלפֿסאָן, אַן עסיי־שרײַבערין וואָס האָט ליב ייִדיש

Your Comments

The Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. All readers can browse the comments, and all Forward subscribers can add to the conversation. In the interest of maintaining a civil forum, The Forward requires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not and will be deleted. Egregious commenters or repeat offenders will be banned from commenting. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and the Forward reserves the right to remove comments for any reason.

Recommend this article

לאָראַ אסתּר וואָלפֿסאָן, אַן עסיי־שרײַבערין וואָס האָט ליב ייִדיש

Thank you!

This article has been sent!

Close