מוזיק־ווידעאָ שילדערט אַ ראָמאַנס נאָכן חורבןWATCH: Yiddish music video portrays romance after the Holocaust
דער ווידעאָ פֿון דער „פּרעשבאָרגער קלעזמער־קאַפּעליע‟ דערציילט די געשיכטע פֿון דער אַקטריסע דאַלמאַ שפּיצער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די אַקטריסע דאַמלאַ שפּיצער איז הײַנט אַ באַרימטע פֿיגור אין פּרעשבאָרג, מסתּמא דער באַקאַנטסטער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה אין סלאָוואָקײַ. זי איז באַקאַנט געוואָרן צוליב אַ בילד, וואָס אַ פֿאָטאָגראַף האָט געמאַכט פֿון איר אינעם נאָוואָקײַער קאָנצענטראַציע־לאַגער, אין וועלכן זי שטייט מיט אַ האַנט אויפֿן שטעכלדאָרט און קוקט אין דער ווײַטנס, כּמעט ווי אַ מאָדעלקע. דאָס בילד האָט מען געמאַכט גלײַך ווען זי איז ערשט אָנגעקומען אין לאַגער. שפּעטער האָט זי אָנטייל גענומען אין דער אונטערערדישער באַוועגונג, אַרײַנשמוגלענדיק וואָפֿנס אין לאַגער, מע זאָל קענען מאַכן אַן אויפֿשטאַנד.
נאָך דער מלחמה איז זי געוואָרן אַ באַקאַנטע אַקטריסע און אין איינעם מיט איר מאַן, דעם זשורנאַליסט יוריי שפּיצער, געוואָרן אַ דיסידענטקע קעגן דעם קאָמוניסטישן רעזשים.
לעצטנס האָט די „פּרעשבאָרגער קלעזמער־קאַפּעליע‟ אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ צו באַגלייטן איר ליד, „קאַרשלעך‟, אַ באַקאַנט סלאָוואַקיש ליד פֿון די 1970ער יאָרן, איבערגעזעצט אויף ייִדיש דורך אַסיע פֿרומאַן. אינעם מוזיק־ווידעאָ דערציילט דאַמלאַ שפּיצער ווי זי האָט זיך באַקענט מיט איר מאַן און אים דערמוטיקט נאָך דער מלחמה, ווען ער האָט מער ניט געוואָלט לעבן. אינעם ווידעאָ זעט מען סצענעס פֿון איר און איר מאַנס לעבן בשעתן חורבן, אויסגעשפּילט דורך אַקטיאָרן, בעת די קאַפּעליע שפּילט דאָס ליד.
דעם מוזיק־ווידעאָ האָט רעזשיסירט בראַנאָ שפּאַשעק. עס זינגט מאַרטאַ פּאָטאָנשקאָוואַ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
