ווידעאָ: אַ קינד וויל זיך לערנען גמראWATCH: A child wishes he could learn Talmud
דאָס ליד באַשרײַבט אַ ייִנגל וואָס זײַן טאַטנס ליבשאַפֿט העלפֿט אים בײַקומען אַ שוועריקייט בײַם לערנען.
אין יאַנואַר האָבן ייִדן איבער דער וועלט געפֿײַערט צוזאַמען דעם סיום־הש׳׳ס. אין ברוקלין האָט דער זינגער אַבֿרהם מרדכי שוואַרץ געזונגען אַ ליד, וואָס ער האָט איבערגעזעצט פֿון העברעיִש אויף ייִדיש, וואָס דערציילט די געשיכטע פֿון אַ ייִנגל מיטן צונאָמען יענקל הכּונס און זײַן עמאָציאָנעלן באַגעגעניש מיט אַ רבי אין ישׂראל, יאָרן נאָך דעם, וואָס ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. בעת שוואַרץ זינגט, ווײַזט מען אַ פֿילם, וואָס שילדערט די געשיכטע.
שוואַרצעס געזאַנג ווערט באַגלייט פֿונעם „שירה־כאָר‟.