אַלע ייִוואָ־קורסן אויף דער אינטערנעץ זענען איצט בחינםAll YIVO online classes are now free of charge
אַחוץ קלאַסן מיט באַרימטע פּראָפֿעסאָרן, גיט די וועבזײַט צוטריט צו הונדערטער ביכער און זעלטענע רעקאָרדירונגען.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מחמת אַלע זענען פֿאַרשפּאַרט צוליבן קאָראָנאַ-ווירוס, האָט דער ייִוואָ באַשלאָסן צו אַנולירן דעם שׂכר־לימוד פֿאַר אַלע זײַנע אינטערנעץ־קורסן.
”דער ייִוואָ וויל אונדז דערמוטיקן און צושטעלן קלאַסן און מאַטעריאַלן וואָס זאָלן העלפֿן דערקוויקן סײַ דעם מוח, סײַ די נשמה,“ האָט געזאָגט דזשאָנאַטאַן ברענט, דער דירעקטאָר און הויפּט־עקזעקוטיוו פֿונעם ייִוואָ.
די קורסן נעמען אַרײַן:
[”דאָס אַנטפּלעקן אַשכּנז: דאָס ייִדישע לעבן אין מיזרח־אייראָפּע“]https:/)/yivo.org/Discovering-Ashkenaz), געלערנט דורך ד׳׳ר שמואל קאַסאָוו.
”פֿאָלקסלידער, טײַוולאָנים און דער עין־הרע: דער פֿאָלקלאָר פֿון אַשכּנז‟, געלערנט פֿון ד׳׳ר איציק גאָטעסמאַן.
„אַן אָרט בײַם טיש: אַן איבערזיכט פֿון אַשנזישע מאכלים‟ מיט לעקציעס פֿון אָנגעזעענע פֿאָרשער און ווידעאָ־דעמאָנסטראַציעס פֿון אײַערע באַליבטסטע ייִדישע פּאָטראַוועס פֿון באַקאַנטע קאָכערס.
As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.
”אוי מאַמע, בין איך פֿאַרליבט“, וווּ איר וועט זיך דערוויסן וועגן די גרעסטע ייִדישע אַקטיאָרן, אימפּרעסאַריאָס און דראַמאַטורגן. צווישן זיי: מאַלי פּיקאָן, פּאָל מוני און סטעלאַ אַדלער
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף אָט די קורסן, גיט אַ קוועטש דאָ.
אַחוץ די דאָזיקע קורסן קען מען אויך געניסן פֿון די פֿאָלגנדיקע אָנלײַן־רעסורסן:
מע קען זען הונדערטער רעפֿעראַטן, קאָנפֿערענצן, קאָנצערטן און אַנאַליזן פֿון ביכער, דורך ייִוואָס יוטוב־קאַנאַל.
אַ טייל פֿון די זאַמלונגען פֿונעם אַמאָליקן ווילנער ייִוואָ.
די ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון דער אַשכּניזישער ציוויליזאַציע.
סקאַנירטע ביכער און דיגיטאַליזירטע רעקאָרדירונגען און פֿילמען.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
