Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הרבֿ חיים קניבסקי שליט״א גיט פּסקים וועגן קאָראָנאַ־ווירוסWorld-renowned Rabbi Chaim Kanievsky issues rulings about coronavirus

איינער וואָס פֿאָלגט נישט די אנווײַזונגען פֿון ישׂראלדיקן געזונט־מיניסטעריום איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ רודף, זאָגט הרבֿ קניבסקי.

זונטאג האט הגאון הרב חיים קניבסקי (קאניעווסקי) שליטא באקומען א רשימה הלכה׳דיקע שאלות וואס שייך די פארשפרייטונג פון די קאראנע ווירוס עפעדעמיע, ספעציעל ביים חרדישן ציבור.

הרב קניבסקי האט געשריבן תשובות מיט זיין אייגענעם כתב אויף די שאלות וואס זענען געשטעלט געווארן דורך פארשידענע קהילות אין ירושלים און זענען געברענגט געווארן צו אים פאר הדרכה.

לויט הרב קניבסקי, ווערט איינער וואס פאלגט נישט די אנווייזונגען פונעם ישראלדיקן געזונט מיניסטעריום פאררעכנט ווי ער איז א רודף, און ווער עס קען מענטשן וואס גייען קעגן די אנווייזונגען זאל איבערגעבן אינפארמאציע פאר די פאליציי.

אט איז א רשימה פון הרב קניבסקיס תשובות אויף די שאלות וואס מע האט אים געשטעלט וועגן דעם קאראנע ווירוס.

א. א מענטש וואס לויטן דאקטאר’ס אנווייזונגען דארף ער זיין אפגעזודערט פון יעדן איינעם כדי ער זאל נישט חלילה אנשטעקן אנדערע, ווייל איז ער קראנק, אבער ער אליין שפירט זיך גוט און שפירט נישט ווי ער איז קראנק, צי קען אזא איינער ארויסגיין פון שטוב, אדער דארף ער זיך צוהערן צום דאקטאר אפילו אז ער שפירט זיך גוט?

תשובה: ער דארף זיך צוהערן צו די דאקטוירים.

ב. א מענטש וואס טענה’ט אז ער האט אמונה אינם אייבערשטן און אז ער וועט נישט ווערן קראנק, דעריבער גייט ער קעגן די מעדיצינישע תקנות (גיידליינס) אז מע דארף שטיין ווייט פון אנדערע מענטשן און אז מע זאל נישט ארויסגיין פון שטוב אויב ס׳איז נישט נייטיק, קען יענער ווערן אנגערופן א רודף, וואס קען לייגן אנדערע מענטשן אין א סכנה? תשובה: ער ווערט פאררעכנט פאר א רודף

ג. און אויב חס ושלום א מענטש גייט קעגן די אנווייזונגען און צוליב דעם איז ער גורם אז איינער זאל שטארבן, ווערט דעס פאררעכנט פאר א שוגג (א צופאל) אדער א מזיד (בכיוון)? תשובה: נאנט צו א מזיד

ד. אויב מען ווייסט פון איינער וואס דארף זיין אפגעזונדערט אבער מען זעט אז ער גייט ארויס און ער שטעלט אנדערע מענטשן אין א סכנה, קען מען אים מוסרן מיט שטרענגע ווערטער, אפילו אז דאס קען אים פארשעמען? תשובה: דאס איז ערלויבט

ה. איז עס מותר איבערצוגעבן דער פאליציי דעם נאמען פון א מענטש וואס ווייזט ארויס חילול הכבוד פאר די דאקטוירים’ס אנווייזונגען און שטעלט אנדערע מענטשן אין א סכנה? און איז עס מותר צו לאזן דער פאליציי וויסן וועגן בתי־מדרשים און ישיבות וואס פאלגן נישט די תקנות, אפילו אויב דאס קאן ברענגען א גרויסן קנס אדער אפילו אריינזעצן דעם מענטש אין טורמע? תשובה: עס איז ערלויבט

ו. זאל א טעלעפאן בלייבן אנגעשטעלט איבער שבת טאמער דארפן די דאקטוירים רעדן מיט איינעם, און צי מעג ער אויפהייבן דעם טעלעפאן צוליב דער מורא פאר פיקוח נפש? תשובה: עס איז ערלויבט

ז. וואס זאל דער ציבור טאן אפצושטעלן די שרעקליכע עפעדעמיע וואס האט שוין אומגעבראכט אזוי פיל מענטשן? תשובה: מע מוז דאווענען

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.