Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַציענטקע בעט אַ מאכל פֿון דער אַלטער הייםA coronavirus patient requests a dish from her home country

איר משפּחה טאָר נישט ברענגען קיין עסן פֿאַר איר אָבער ד״ר בערגער דערטראַכט זיך צו אַ לייזונג.

צו לייענען די אַנדערע זײַטן פֿון ד׳׳ר בערגערס טאָגבוך קוועטשט דאָ.

דעם שמועס האָט מען אַדורכגעפֿירט אױף שפּאַניש, נאָר דאָס לשון איז געװען אַ הײמישע.

ס׳איז געװען נאָענט צום סוף פֿון מײַן שיכט אין שפּיטאָל. אַ קראַנקן־שװעסטער האָט מיר געמעסעדזשט: „די פּאַציענטקע קען עפּעס נישט אױפֿהערן רעדן װעגן עסן. האַלט אין אײן זאָגן אַז זי מוז אַהײם. איך װיל איר כּמעט געבן אַן אָסקאַר.“

צוליב דעם וואָס זי איז אַ קראַנקע מיט קאָראָנאַװירוס, פּרוּװט מען װאָס װײניקער אַרײַן אין צימער. לשם זיכערקײט. דאָס פֿאַרשטאַרקט אָבער די אָפּגעזונדערטקייט פֿון די חולים.

„אויב איך קלינג איר, װעט זי אױפֿהײבן דאָס טרײַבל פֿון טעלעפֿאָן?“ פֿרעג איך.

„קען זײַן,“ האָט די קראַנקן־שװעסטער געענטפֿערט. „נאָר רעדן רעדט זי שפּאַניש.“

„איך רעד שפּאַניש.“

„אַ! אַ נוצלעכע שפּראַך צו קענען, די טעג.“

די פּאַציענטקע האָט זיך נישט אָפּגערופֿן אױף איר צימער־טעלעפֿאָן, בין איך אַרױף מיט אײן שטאָק צום קאָראָנאַ־אָפּטײל. געטראָגן מײַן מאַסקע און פּנים־פּאַנצער. די װײַסע הױבן פֿון די קראַנקן־שוועסטער האָבן געגלאַנצט. איך האָב זיך באַשמירט די הענט, אָנגעטאָן הענטשקעס, באַשמירט װידער, אַ קלאַפּ געטאָן אין דער טיר.

אַ פֿרױ מיט אַ געפּאַסיקט העמד ליגט אין בעט, רעדט אױפֿן טעלעפֿאָן — דאַכט זיך, מיט אַ קרובֿ. „דער דאָקטער,“ זאָגט זי און לײגט אַװעק די מאָבילקע.

„מיט װאָס קען איך אײַך העלפֿן?“ האָב איך געפֿרעגט. כ׳האָב זיך נישט אַװעקגעזעצט, װי מײַן שטײגער איז אין פּאַציענטן־צימער. מע פֿילט אַזאַ דרוק מיט קאָראָנאַ־חולים זיך נישט צו פֿאַרזאַמען.

„דאָקטער, איר װײסט אַז ס׳עסן איז זײער װיכטיק פֿאַרן געזונט?“

„װאָדען?“

„עס בענקט זיך נאָך די הײמישע מאכלים. נאָך אַ הינדל־יױך. נאָך ׳טריפּאַס [אַ שפּאַנישע ווערסיע פֿון קישקע]. „דאָס היגע עסן אין שפּיטאָל האָט עפּעס נישט קײן טעם. קען מײַן משפּחה אַהערברענגען פּעקלעך שפּײַז און איבערלאָזן בײַ דער טיר? זיי װעלן גאָר נישט אָנרירן.“

„מן־הסתּם נישט.“

„די מעדיקאַמענט קען מען נישט פֿאַרדײען אָן דעם ריכטיקן עסן.“

„100% מסכּים. איר װײסט װאָס איך האָב באַמערקט? מע האָט אײַך אָנגעגעבן אַ דיעטע מיט זייער ווייניק זאַלץ. דאָס טרײַבט אַוועק דעם טעם. װעל איך אױסשרײַבן אַ געװײנטלעכע דיעטע. אפֿשר װעט דאָס העלפֿן. דערצו, פֿעלט אָפֿט מאָל דער טעם־חוש בײַ מענטשן מיט קאָראָנאַ.“

„קען איך אַהײמגיין? עסן הײמישע מאכלים?“

„איך האַלט אַז נישט. נאָר דאָס עסן קענען מיר פּרוּװן פֿאַרבעסערן.“

„איך שאַץ אָפּ אַלץ װאָס איר טוט, נאָר איך װיל אַהײם.“

איך קען נישט צושטימען.

איך גײ אַרױס פֿון צימער, טו אױס די הענטשקעס, װיש אָפּ דעם פּאַנצער, גײ אַראָפּ צום נישט־קאָראָנאַ־שטאָק. כ׳בײַט איבער די דיעטע אין קאָמפּיוטער.

דעם גאַנצן װעג אַהײם טראַכט איך פֿון קישקע. 

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.