williamsburg by the Forward

געוויסע מנהלים דערלויבן געהיימע חדרים, ווײַזן רעקאָרדירונגען

Some administrators sanction underground Satmar yeshivas, recordings show

נישט געקוקט אויף די באַפֿעלן אַז אַלע דאַרפֿן צוליבן קאָראָנאַ־ווירוס זיך האַלטן אָפּגעזונדערט איינעם פֿונעם אַנדערן, האָט אַ מנהל בײַ דער סאַטמערער שולסיסטעם געהייסן אַ מלמד פֿירן זײַנע לעקציעס מיט קינדער פֿונעם אַכטן קלאַס פּנים־אל־פּנים, לויט אַ רעקאָרדירונג וואָס מע האָט געהערט אויף דער שול־ענטפֿערקע די פֿאַרגאַנגענע וואָך.

אין דער רעקאָרדירונג זאָגט דער לערער, מיסטער ווײַס, צו זײַנע תּלמידים אַז דער מנהל, ר׳ יעקבֿ הערמאַן, האָט זיי דערלויבט צו קומען אין חדר. די רעקאָרדירונג קען מען הערן ווי איינע פֿון עטלעכע מעלדונגען ווען מע טעלעפֿאָנירט צום הויפּט־טעלעפֿאָן־נומער פֿונעם ביוראָ.

„דער מנהל האָט געבעטן מע זאָל זען צו קומען אין חדר מאָרגן און מע זאָל ברענגען הענטשקעס,‟ האָט ער געזאָגט.

בײַ אַ פֿריִערדיקער רעקאָרדירונג, ערבֿ־פּסח, האָט אַ צווייטער לערער, ר׳ שמואל לייבוש שוואַרץ, געבעטן בײַ די עלטערן צו לאָזן וויסן אויב זיי האָבן בײַ זיך אָרט וווּ מע קען פֿירן אַ חדר מיט די קינדער פּנים־אל־פּנים. „מיר וואָלטן זייער געוואָלט בעטן אַז ווער ס׳קען, זאָל אונדז אַנטקעגנקומען מיט בייסמענטס [קעלערן] און גרעסערע שטיבער און פּריוואַטע הײַזער וווּ מיר זאָלן קענען קלאַסן פֿירן פֿון 10 ביז 12 קינדער און לערנען מיט זייערע מלמדים אויף אַ קלענערן פֿאָרמאַט, פֿאַרשטייט זיך, לויט די רעגירונג־אָנווײַזונגען. ווער ס׳קען אונדז אַנטקעגנקומען און אַרויסהעלפֿן מיט אַזאַ פֿאַרלאַנג, ביטע דריקט איצט קנעפּל נומער איינס.‟

דער רוף צו די עלטערן איז אויך געווען אין שײַכות מיט די תּלמידים פֿון אַכטן קלאַס.

לויט די תּקנות פֿונעם געזונט־אָפּטייל בײַם שטאַט ניו־יאָרק און בײַ דער שטאָט ניו־יאָרק מוזן אַלע שולן זײַן געשלאָסן אָדער אָפּערירן פֿון דער ווײַטנס.

די רעקאָרדירונגען שטימען בכלל נישט מיט די דערקלערונגען פֿון די סאַטמערער עסקנים און די באַאַמטע פֿונעם ביוראָ פֿונעם ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער ביל דעבלאַזיאָ, וועלכע טענהן כּסדר אַז יענע געהיימע ישיבֿות אין וויליאַמסבורג וואָס האַלטן ווײַטער קלאַסן פּנים־אל־פּנים ווערן געפֿירט דורך זײַטיקע, אומאַחריותדיקע לערערס, אָנעם דערלויבעניש פֿון די רבנים אָדער מנהלים; אַז עס רעדט זיך וועגן בלויז איין קלאַסצימער און אַז די תּלמידים האָבן זיך בלויז געטראָפֿן איין מאָל.

מער ווי 3,000 קינדער לערנען זיך אין דער סאַטמערער שולסיסטעם, פֿון פֿאָרשול־קלאַסן ביזן צוועלפֿטן קלאַס. ס׳איז די גרעסטע סיסטעם פֿון סאַטמערער חדרים, מיידלשולן און ישיבֿות אין ברוקלין און איז באַזונדער פֿון אַ צווייטער סאַטמערער שולסיסטעם וואָס ווערט געפֿירט אין צפֿון ניו־יאָרק, אין דער געגנט פֿון קרית־יואל און מאָנראָו.

אַ קוואַל פֿון די חסידישע קרײַזן וואָס האָט געבעטן מע זאָל נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, אויס זאָרג אַז חסידישע יחידים וועלן זיך נוקם זײַן אין אים, האָט אַנטפּלעקט די רעקאָרדירונגען פֿאַרן Forward. די רעדאַקציע פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס האָט אָנגעקלונגען דעם נומער און באַשטעטיקט די ערשטע רעקאָרדירונג. נאָך דעם ווי דער קוואַל האָט צוגעשיקט די צווייטע רעקאָרדירונג האָט די הנהלה פֿון דער שולסיסטעם „באַהאַלטן‟ די מעלדונג דורך אַ פּאַראָל („פּאַסוואָרד‟ בלע״ז). די פֿאָרווערטס־רעדאַקציע האָט נישט געקענט באַשטעטיקן די מעלדונג אָן דעם פּאַראָל אָבער דער טעלעפֿאָן־נומער וואָס דער קוואַל האָט אָנגעגעבן האָט געבראַכט דעם אָנקלינגער צו שוואַרצעס ענטפֿערקע.

ווען אַ רעפּאָרטער האָט אָנגעקלונגען צום מנהל, יעקבֿ הערמאַן, זיך נאָכפֿרעגנדיק וועגן די רעקאָרדירונגען, האָט ער אויפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל און דערנאָך, אין אַ צווייטן טעלעפֿאָן־שמועס, געזאָגט אַז ער וויל נישט רעדן מיט דער פּרעסע.

די ניו־יאָרקער שטאָט־באַאַמטע האָבן נישט געענטפֿערט אויף בקשות פֿונעם רעפּאָרטער צו קאָמענטירן אויף דער סיטואַציע. ס׳איז נאָך נישט קלאָר וויפֿל געהיימע קלאַסן זענען ביז איצט אָנגעפֿירט געוואָרן, אָדער ווי לאַנג, אָבער די נײַע רעקאָרדירונגען גיבן אָנצוהערעניש אַז די אָ קלאַסן ווערן קאָאָרדינירט אויף אַ סך אַ גרעסערן פֿאַרנעם ווי מע האָט ביז איצט געמיינט.

אַ צווייטער קוואַל וואָס האָט מאָנטיק גערעדט מיטן Forward, אויפֿן תּנאי אַז מע זאָל נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, האָט געזאָגט אַז די סאַטמערער שולן וווּ עס לערנען זיך זײַנע קינדער פֿון פֿאַרשידענע עלטערס האַלטן זייערע לעקציעס אין דירות־הײַזער און שילן נאָך זינט אין מיטן מאַרץ.

די צײַטונג Gothamist האָט געשריבן אַז צוויי פֿון די שולן וואָס פֿירן די געהיימע קלאַסן זענען „תּלמוד תּורה תּשב״ר‟ און „תּלמוד תּורה בני שמעון‟.

נאָך דעם ווי דער Forward האָט פּובליקירט זײַן ערשטן אַרטיקל וועגן דעם ענין האָבן די ניו־יאָרקער שטאָט־באַאַמטע טאַקע געשלאָסן איינע פֿון די שולן, כאָטש מע האָט נישט אָנגעגעבן וועלכע פֿון די צוויי שולן דאָס איז געווען. אַ וואָרטזאָגערין פֿון דער שטאָט האָט געזאָגט אַז דאָס שליסן די שול איז טאַקע געווען פֿאַרבונדן מיטן רעפּאָרטאַזש פֿונעם Forward.

געוויסע מנהלים דערלויבן געהיימע חדרים, ווײַזן רעקאָרדירונגען

Your Comments

The Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. All readers can browse the comments, and all Forward subscribers can add to the conversation. In the interest of maintaining a civil forum, The Forward requires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not and will be deleted. Egregious commenters or repeat offenders will be banned from commenting. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and the Forward reserves the right to remove comments for any reason.

Recommend this article

געוויסע מנהלים דערלויבן געהיימע חדרים, ווײַזן רעקאָרדירונגען

Thank you!

This article has been sent!

Close