יענע אומבאַזונגענע העלדן אין שפּיטאָלThose unsung hospital heroes
ד״ר בערגער באַשרײַבט סצענעס מיט די שפּיטאָל־סטראָזשן וואָס טוען די טעג פּונקט אַזאַ געפֿערלעכע אַרבעט ווי די געזונט־פּראָפֿעסיאָנאַלן.

Image by Getty Images
צו לייענען די אַנדערע זײַטן פֿון ד׳׳ר בערגערס טאָגבוך קוועטשט דאָ.
אַ סך מענטשן פֿאַררעכענען הײַנט דאָקטױרים און קראַנקן־שװעסטער פֿאַר העלדן. װאָס איז אָבער וועגן די אַנדערע אַרבעטער אין שפּיטאָל? אונטן ברענג איך אַ פּאָר מעשׂהלעך, אָן פֿאַרשענערונג אָדער פֿאַרבעסערונג, װי זײ שטײען און גײען.
ערשטע סצענע, אין אַ שפּיטאָל־קאָרידאָר. אַ װײַסער, אַ פֿאַרװאַלטער־פֿיגור, גײט פֿאַרבײַ. טראָגט אַ העל־גרינעם װעסט װי די שאָסײ־אַרבעטערס. ער גײט צו צו אַ סטראָזש, אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנערין.
ער: אין שפּיטאָל מוז מען טראָגן אַ מאַסקע.
זי: בלױז אַ פּאָר סעקונדעס, אַן איבעררײַס.
ער: נישטאָ קײן איבעררײַס פֿון קאָראָנאַ!
זי: בלױז אַ הפֿסקהלע…
איך גײ אַרײַן אין אַ ליפֿט צוזאַמען מיט אַ סטראָזש. װידער אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנערין.
זי: דאָקטער, קען איך דיך עפּעס פֿרעגן?
איך: זיכער.
זי: קען דער װירוס זיך צוקלעפּן צו דער הױט?
איך: יאָ, אָבער ווען מע וואַשט זיך גוט אָפּ — סײַ זיך, סײַ די איבערפֿלאַכן, קען מען זיך גוט באַשיצן.
זי: טאַקע שרעקעדיק.
איך: יאָ. מע באַצאָלט אײַך „אָווערטײַם‟ (העכערע שׂכירות פֿאַר די איבער־שעהען) וואָס איר אַרבעט איצט?
זי: יעדן צװײטן טאָג.
איך: יעדן צװײטן? אַזאַ נאַרישקייט
זי: [צעלאַכט זיך] יאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
