שבֿועות זענען די נשמות פֿון אַלע גרים אויך געשטאַנען בײַם באַרג סיניOn Shavuot the souls of all converts stood at Mt. Sinai, too
ווען דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר ייִדן, זענען זיי אינעם גײַסטיקן זינען געבוירן געוואָרן פֿון ס׳נײַ.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם הײַנטיקן שבת פּראַווען מיר דעם צווייטן טאָג שבֿועות. די חז”ל זאָגן, אַז בעת דער מתּן־תּורה זענען אַלע ייִדן געוואָרן גרים.
דעם דאָזיקן מאמר־חז”ל קאָן מען אָפּטײַטשן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. אַ געוויינטלעכער גר פֿאַרלירט זײַן הלכהדיקע פֿאַרבינדונג פֿון דער משפּחה און ווערט פֿאַררעכנט ווי אַ זון פֿון אַברהם־אָבֿינו אַליין. דערפֿאַר איז אָנגענומען דער מינהג צו פֿאַרשרײַבן דעם גרס נאָמען אין דער כּתובה ווי „בן אַבֿרהם אָבֿינו‟ און בײַ דער קריאת־התּורה אין שיל — סתּם ווי „בן אַבֿרהם‟, כּדי נישט אָפּצוטיילן אים פֿון אַנדערע ייִדן.
אין פּרינציפּ, מעג אַ גר מדאורייתא חתונה האָבן מיט זײַן אייגענער שוועסטער, מאַמע און וועלכער־ניט־איז אַנדערער קרובֿה, אויב זיי האָבן זיך אויך מגייר געווען. על־פּי הלכה, ווערט יעדער גר באַטראַכט בוכשטעבלעך ווי אַ נײַ־געבוירן קינד; זײַן גאַנצער עבֿר ווערט אָפּגעוואַשן. אונדזערע חכמים האָבן אָבער געאַסרט אַזעלעכע חתונות, ווײַל בײַם דרויסנדיקן עולם זעט עס אויס ווי אַ ווילדער בלוט־אויסמיש. פֿון דעסט וועגן, אויב אַזאַ אומגעוויינטלעך פּאָרפֿאָלק האָט שוין חתונה געהאַט, מעגן זיי בלײַבן צוזאַמען.
אין דער זעלבער צײַט, ווערן די גרים אויך נישט באַטראַכט אין גאַנצן ווי אַבֿרהמס קינדער, ווי עכטע ברודער און שוועסטער — אַנדערש וואָלטן זיי דאָך נישט געמעגט מאַכן שידוכים צווישן זיך אַליין! פּונקט פֿאַרקערט איז געווען דער מצבֿ פֿון ייִדן בײַם באַרג סיני. בעת דער מתּן־תּורה זענען זיי אויך געוואָרן נײַע, דערפֿרישטע מענטשן, אָנגעלאָדן מיט דער משׂא פֿון תּרי”ג מיצוות; זייער הלכהדיקע אָנגעהעריקייט צו אַ געוויסן שבֿט אָדער משפּחה האָט זיך אָבער נישט געביטן.
פֿון דעסט וועגן, האָט די מסירת־נפֿש, די באַוויליקייט אָפּצוגעבן זייערע נשמות דעם הייליקן באַשעפֿער, געשאַפֿן בײַ ייִדן אַ טיפֿערן בונד פֿון ברודערשאַפֿט, אייניקייט און גלײַכקייט. זיי האָבן זיך אַלע דערפֿילט ווי אַבֿרהם־אָבֿינוס קינדער. די חז”ל זאָגן, אַז דער אייבערשטער האָט געצוווּנגען דאָס ייִדישע פֿאָלק מקבל צו זײַן די תּורה אונטערן באַרג בגוואַלד; ווען זיי וואָלטן זי נישט מקבל געווען, וואָלט דער באַרג אַליין אויף זיי געפֿאַלן און וואָלט זיי צעשטערט. צי מע זאָל עס אָפּטײַטשן ווי אַ מעטאַפֿאָר, צי נישט, באַטאָנען די מפֿרשים, אַז ייִדן זענען פֿון פֿריִער געווען גרייט זיך מוסר־נפֿש צו זײַן בײַ דער קבלת־התּורה.
ניט זעלטן ווערט דערמאָנט בעת די שבֿועותדיקע דרשות, בפֿרט אין געוויסע ליטווישע ישיבֿות, וווּ עס לערנען זיך אַ סך גרים און בעל־תּשובֿות, דער טרויעריקער פֿאַל פֿונעם לעגענדאַרן גר־צדק אַבֿרהם בן אַבֿרהם פּאָטאָצקי, וועלכער איז, לויט דער פֿאָלקס־לעגענדע, אומגעקומען על־קידוש־השם אויף אַ שײַטער אינעם יאָר 1749. די שוידערלעכע געשיכטע איז געשען אין ווילנע. מע דערציילט, אַז דער דאָזיקער גר איז פֿאַרברענט געוואָרן דעם צווייטן טאָג שבֿועות, שרײַענדיק „שמע ישׂראל‟. אַבֿרהם פּאָטאָצקיס באַשיידענע מצבֿה געפֿינט זיך גלײַך בײַם ווילנער גאָונס קבֿר.
אַ סך היסטאָריקער גלייבן אָבער נישט אין דער מעשׂה. אַחוץ געוויסע גוזמאדיקע פּרטים, לייגט זי זיך אויפֿן שׂכל. אַן ענלעכע געשיכטע איז פֿאָרגעקומען אין לאָנדאָן. אין 1753 האָט די לאָנדאָנער פּרעסע געשריבן, אַז נאָך שבֿועות האָט מען פֿאַרברענט אין דער שטאָט אַ גר פֿון קראָאַטיע, וועלכער האָט אויסגעקליבן דעם ייִדישן נאָמען אַבֿרהם איסאַקאָוויטש.
די חז”ל באַטאָנען, אַז די נשמות פֿון אַלע גרים זענען געשטאַנען שבֿועות בײַם באַרג סיני, און האָבן אויך מקבל געווען די תּורה צוזאַמען מיט אַלע ייִדן. דערפֿאַר איז אונדזער יום־טובֿ טיף פֿאַרבונדן מיט דער טעמע פֿון גרים און מסירת־נפֿש אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. און שבֿועות לייענט מען טאַקע די מגילת־רות — די תּנ”כישע מעשׂה וועגן דער באַרימטער גיורת רות המואָבֿיה; צוליב איר מסירת־נפֿשדיקער נאַטור איז זי געוואָרן די עלטער־באָבע פֿון דוד־המלך.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
