ווי מע פּראַוועט שבֿועות אין די חסידישע קרײַזןHow Shavuos is celebrated among the Hasidim
שבֿועות אָוונט לייענען די סאַטמערער אַ שטר התּנאָים, אַ כּמו שידוך־אָפּמאַך צווישן דעם רבונו של עולם מיט זײַנע ייִדעלעך.
איידער געצוקערטע מילכיגע געבעקסן זענען געווארן די הויפט מצווה פון שבועות, גלייך ווי מצה אום פסח און שופר ראש השנה, האט שבועות געהאט אן אנדער מצווה, אן עכטע מצווה אין די תורה, די איינציגסטע שבועותדיגע מצווה: שתי הלחם, אזא מין לחם משנה וואס דער כהן איז מקריב שבועות בייטאג דורכן פאכען עס צו אלע קאנטן — ווי מיר טוען היינט מיטן לולב.
די שתי הלחם שטעלט פאר די נייע ווייץ פונעם יאר, אזא מין ביכורים קרבן, און דאס דארף דוקא צו זיין חמץ’דיג, נישט אזויווי די אנדערע הייליגע ברויטן פון בית המקדש וואס דארף צו זיין אומ’חמץ’דיג. די אמאליגע שבועותדיגע הויפט מצווה סימבאליזירט דערפאר חמץ’דיגקייט, פונקט פארקערט פון פסח.
אז עס איז נישטא קיין בית־המקדש מיט כהנים איז נישטא קיין שתי הלחם, איז דער איינציגער סימבאלישער שבועות מצווה בטל געווארן. איז דאך דא א חלל. האט מען אבער היינט דעם שבועות אנגעפילט מיט נייע מצוות אז דער מצוה פון די חמץ’דיגע שתי הלחם איז א שפילעכל קעגן זיי. מיר האבן א בלומען מצווה, א תיקון ליל שבועות מצווה, א ספעציעלער מיסטעריעזער טבילה מצווה פארטאגס פאר מאנסבילן און ביי די מיט אפעטיט צו פרישות —אויך א תענית דיבור מצוה.
אנדערע מאכן א גאנץ בראטל פונעם אהבה רבה תפילה, מיטן גאנצן איינרייסן הימלען… ביי אשכנזים איז דאך דא די דערהויבענע מצווה פון אקדמות מיטן פארכטיגן סקארבאווער ניגון, און צום קלימאקס, דער מילכיגס מצווה. מיט אט די היינטיגע זאפטיגע מצוות, ווער וואלט זיך אפילו געקימערט אז דער כהן מאכט הגבה אויף צוויי מקדש ברויטן.
ביי א סך חסידים איז די גרעסטע מצווה שבועות צו פארן צום רבי’ן, זיך ווייקן אינעם הויף צוזאמען מיט א פארקער פון חסידים. אום שבועות אוונט האבן די סאטמארער א מצווה צו ליינען א שטר התנאים, א כמו שידוך פאקט צווישן דעם רבונו של עולם מיט זיינע אידעלעך. דאס טוט מען ווי קריאת המגילה, טאקע פארנאכטס אבער מיט א שבועות’דיגער אייפער.
שבועות איז די צייט פון ברעכן די גופניות’דיגקייט, מען שטופט אריין אין איין טאג וואס מען וואלט רואיג געקענט צעטיילן אויף עטליכע טעג, אבער אלעס מיט וואנזיניגן, מוראדיקן חשק, מען בא’תענוג’ט די נשמה. נעכטן ביי נאכט האט מען דאך אנטוויקלט אן אפעטיט צו זאגעריי, א גאנצער תיקון ליל שבועות, און ווארט, מען ווערט באצאלט מיט טשיז קעיק און געבראטענע רינדנפלייש… נע, נישט אלע ברויכן דאס, רוחניות פארמאגט אויך א נישט קליינער אפעטיט.
דער צווייטער טאג איז וואקאציע. אז דער ערשטער טאג ברויזט פון פארהייליגטע מנהגים, נעמט דער צווייטער טאג איין א שטילקייט, א מנוחה, נישטא קיין איסור צו שלאפן און דרימלען, נישטא קיין תענית דיבור, נישטא קיין פארטאגס טבילה, נישטא קיין סקארבאווע אקדמות, אפילו נישט קיין מילכיגע סעודה, די בלימעלעך און בלעטער וועלקן שוין, בלויז א בלאסער „יציב פתגם‟ פיוט פאר דער הפטורה האט מען איבערגעלאזט מיט עפעס צו דערפרישן דעם פאר’יתום’טן צווייטן טאג.
קען מען אלזא אינעם צווייטן טאג, די וואס זענען זוכה צו וואוינען אין חוץ לארץ, געניסן פון ריין וואקאציע, מען גייט צו נאכטס אין שיל נישט מיט אזא ערנסטער פנים ווי נעכטן, עס איז קענטיג אויפן שטריימל, ער איז לויזער אויפן קאפ, מען זיצט ביי די סעודה אנעם תיקון זאגערל, אן דער נעכטיגער פרישות’דיגקייט, מען כאפט נישט, מען יאגט זיך נישט, מען קען רעדן, וואס עס קומט אויפן צינג, מען קען רואיג צוקלעפן די אויגן אן פחד, דרימלען צום פולן תענוג, אפילו אריין אין בעט, זיך צודעקן אינגאנצן און שלאפן וויפיל עס גלוסט.
צו מארגנס זעצט מען זיך אין שיל אויסגעשלאפן ווי אויפן דעק פון א לוסט שיף, נישטא קיין עשרת הדברות רעש, קיין שטייענדיגער מעשה מרכבה הפטורה (די וויזיע פֿון יחזקאל הנביא), מען קען שמועסן ווי יעדן שבת אפילו אינמיטן קריאת התורה, און אז מען קומט אין שטוב גייט מען תיכף צו קרוכלע („קריספּי‟) חלה און בשר בהמה.
נו, איז דאך אין דעם פרייען טאג דא פלאץ אין קאפ אביסל צו דערמאנען דעם בעפאר מילכיגס הויפט שבועות זאך, די שתי הלחם פון אמאל אמאל, אבער ניין, קרישקעלעך מנהגים זענען נאך געבליבן פארן אויסגעשלאפענעם צווייטן טאג. יעצט דערציילט מען סיפורים נפלאות וועגן בארג סיני, וועגן דוד המלך, דער בעל שם טוב, און דער גר פאטאצקי. זייערע יארצייטן פאלן אויס אום שבועות. איז מען א באבעווער זינגט מען אזי בשלישי מיט בריך שמיא. אזא יוצר! דאס אויסזאגן דוד’ס תהילים איז נאך א פאסיגער אקטיוויטעט, און ביי בני תורה איז דאך נישטא קיין פאסיגערער צייט צו שטייגן און ארומ’תורה’ען.
זיצט שבועות’נס אריגינעלע מצווה, די שתי הלחם, נעבעך אפגעזונדערט, אין גאנצן ארויס פון בילד. ווער ווייסט, אפשר וועט נאך קומען א טאג און מען וועט אים דערמאנען ברבים נאכן קריאת שטר התנאים, צי ביים קרעפל פשעטל, אדער אפשר גאר ביים הערן דעם שבועות’דיגן סיפור פונעם גר, גראף פאטאצקי.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO