נײַ קעסטל־רעטעניש - דעם 12טן יוני, 2020 New Forverts crossword puzzle – June 12th, 2020
צווישן די טעמעס: ווערטער פֿאַרבונדן מיט וואַסער, רעגן און טײַכן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מיט צוויי וואָכן צוריק האָט דער פֿאָרווערטס אײַנגעפֿירט די ערשטע ייִדיש־שפּראַכיקע דיגיטאַלישע קעסטל־רעטעניש־פּלאַטפֿאָרמע אויף דער וועלט און ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט זי גלײַך אויסגענומען בײַם עולם.
זינט מע האָט לאַנצירט די פּלאַטפֿאָרמע מיט דער הילף פֿון מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט און דעם פּראָגראַמוואַרג־שאַפֿער דזשאָן סטיווענס, האָט מען זי באַזוכט מער ווי 1,200 מאָל. דערצו קען מען דורך דער סטאַטיסקטיק זען אַז דער דורכשניטלעכער באַנוצער גיט אָפּ אַ גרויסן חלק צײַט אויף דער פּלאַטפֿאָרמע — מער ווי 4 מינוט — וואָס איז גאַנץ לאַנג אין פֿאַרגלײַך מיט די באַזוכער פֿון אַנדערע וועבזײַטן. געוויסע מענטשן האָבן אַפֿילו געמאַכט די רעטענישן שעהען לאַנג!
פֿאַר די וואָס האָבן שוין געלייזט אַלע רעטענישן אויף דער פּלאַטפֿאָרמע, האָבן מיר אַ גוטע בשׂורה: מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט שאַפֿט איצט נאָך קעסטל־רעטענישן, וואָס דער פֿאָרווערטס וועט אַרויסלאָזן אַלע צוויי וואָכן. דאָס נײַסטע, וואָס איז שוין צוטריטלעך זינט דעם 12טן יוני, נעמט אַרײַן, צווישן אַנדערע טעמעס, ווערטער וועגן וואַסער, רעגן און טײַכן. ס׳רובֿ פֿון די ווערטער האָט זי אויסגעקליבן דערפֿאַר, ווײַל מע האָט זיי גענוצט אינעם פֿאָרווערטס־ווידעאָ־סעריע „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג“.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
