ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם באַזירט אויף אַ קאַפֿקאַ־דערציילונג קען מען שוין זען אָנלײַןYiddish film based on a Kafka story can now be streamed online
דעם אוקראַיִנישן פֿילם „אין אונדזער שיל“, מיט מיכאל פֿעלזענבאַום, האָט מען געשאַפֿן לזכר די קרבנות פֿון באַבי־יאַר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין 2016 האָט מיכאל פֿעלזענבאַום געשריבן אינעם פֿאָרווערטס וועגן אַן אייגנאַרטיקן קינאָ־פּראָיעקט פֿינאַנצירט דורך דער אוקראַיִנישער רעגירונג. ערשט איצט קען מען זען אָנלײַן דעם בערך 20 מינוט־לאַנגן פֿילם.
„אין אונדזער שיל“ האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע. כּדי אָפּצומערקן 75 יאָר זינט דער שחיטה אין באַבי־יאַר, האָט די אוקראַיִנישע רעגירונג באַשלאָסן אונטערצושטיצן פֿאַרשידענע פּראָיעקטן אין שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור־ירושה אין לאַנד. צווישן זיי איז געווען דעם רעזשיסאָר איוואַן אָרלענקאָס פּרוּוו צו אינצענזירן אַ ניט־פֿאַרענדיקטע דערציילונג פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ, „אין אונדזער שיל“. כאָטש זי איז ווייניק באַקאַנט און קיינמאָל ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן, איז קאַפֿקאַס „אין אונדזער שיל“ די איינציקע דערציילונג זײַנע, וואָס שפּיגלט אָפּ אַ בולטע ייִדישע טעמאַטיק.
אָרלענקאָ האָט באַשלאָסן צו מאַכן דעם פֿילם אין גאַנצן אויף ייִדיש און האָט אָנגעשטעלט פֿעלזענבאַומען סײַ איבערצוזעצן זײַן סצענאַר אויף מאַמע־לשון, סײַ צו שפּילן אינעם פֿילם און העלפֿן די אַקטיאָרן מיט זייער ייִדיש. אָרלענקאָ האָט געפֿונען ייִדן אין אַלע עקן אוקראַיִנע, אַרײַנגערעכנט עלטערע וואָס האָבן געקענט ייִדיש פֿון דער היים, און זײ אַרײַנגענומען אין זײַן פֿילם.
כּדי דער פֿילם זאָל אויסזען אויטענטיש, האָט אָרלענקאָ אויסגעזוכט בנינים מיט אַ ייִדישן אַרכיטעקטישן סטיל. די אַמאָליקע שיל וווּ מע האָט פֿילמירט ס׳רובֿ פֿונעם פֿילם געפֿינט זיך אין הוסט, אַ שטעטל אין די קאַרפּאַטן וואָס איז אַ מאָל געווען באַפֿעלקערט פֿון אוקראַיִנער, ייִדן, אונגאַרן, רומענער, און, רוסינען (Rusyns). מע האָט אויך פֿילמירט טיילן פֿונעם פֿילם אין מונקאַטש, קיִעוו און אין פּאַריז, ווײַל קיין געהעריקע אַלטע מיקווה האָט מען ניט געפֿונען אין אוקראַיִנע.
דער פֿילם קאָסט 33 „הרווניאַ“ (אַרום אַ דאָלאַר) צו באַשטעלן און זען.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
