ווידעאָ: באַגריסט דאָס נײַע יאָר מיט אַ ייִדיש לידWATCH: Ring in the Jewish New Year with a Yiddish song
אַ מינסקער פֿאָלקסכאָר זינגט חנה מלאָטעקס „לשנה טובֿה — אַ גוט יאָר“

Graphic by Angelie Zaslavsky
ווי אַ קינד אין פֿילאַדעלפֿיע אין דער אָרטיקער ייִדישער פֿאָלקסשול האָב איך זיך אויסגעלערנט אַ ריי לידער אויף ענגליש, ייִדיש, העברעיִש און אַפֿילו אַ פּאָר אויף דזשודעזמע וועגן די ייִדישע יום־טובֿים, (די פֿאָלקסשול האָט צו יענער צײַט, צום באַדויערן, מער ניט געלערנט קיין ייִדיש). אויף וויפֿל איך דערמאָן זיך, האָבן מיר בלויז איין ראָש־השנה ליד געזונגען אויף ייִדיש: „לשנה טובֿה — אַ גוט יאָר‟.
נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס דאָס ליד איז ניט ברייט באַקאַנט. ווי אַ קינד האָט זיך עס מיר געדוכט, אַז ס׳איז אַן אַלט פֿאָלקסליד. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס ליד גאָר ניט אַזוי אַלט. ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם ייִדישן מוזיקאָלאָג חנה מלאָטעק ז׳׳ל אין די 1940ער אָדער 1950ער יאָרן ווען זי האָט געאַרבעט ווי אַ געזאַנג־לערערין אין אַ ריי ייִדישע פֿאָלקסשולן. זי האָט אַדאַפּטירט די ווערטער פֿון שמואל צעסלערס אַ ליד. אָט דערקלערט זי אין אַן אינטערוויו מיט האַנקוס נעצקי ווי אַזוי זי האָט געשאַפֿן דאָס ליד:
מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן אויף יוטוב אַ פּרעכטיקע רעקאָרדירונג פֿונעם ליד, אויפֿגעפֿירט פֿון אַ קינדערכאָר בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין 1974. ליידער קען מען די טעג בלויז הערן די רעקאָרדירונג אויף אַ פּלאַטע מיטן נאָמען „גוט יום־טובֿ קינדער‟, וואָס מע האָט קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט ווי אַ קאָמפּאַקטל. סאַבינע ברוקנער האָט דאָס קאָמפּאַקטל דיגיטאַליזירט און געשיקט דעם פֿאָרווערטס די רעקאָרדירונג, די לייענער זאָלן עס קענען הערן.
ס׳איז כּדאַי צו זען ווידעאָ, אין וועלכן דער מינסקער ייִדישער כאָר זינגט דאָס ליד. אונטן, נאָך 2:23 מינוט, קען מען זען ווי חנה מלאָטעקס אייניקל, דער ראַבינער אַבֿרהם מלאָטעק און זײַן פֿרוי יעל קאָרנפֿעלד זינגען דאָס ליד.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
