אינטענסיווער קורס פֿאַר ייִדיש־לערער (מיט סטיפּענדיע)Intensive course for Yiddish teachers (includes stipend)
דער ייִדישער ביכער־צענטער וועט אויסטיילן סטיפּענדיעס פֿון $3,600 פֿאַר אַלע באַטייליקטע און דורכפֿירן פּעדאַגאָגישע וואַרשטאַטן.

Image by Yiddish Book Center
כּדי צו געבן די ייִדיש־לערער אַ געלעגנהייט צו אַנטוויקלען זייער לערן־פּראַקטיק און באַקומען אָפּרופֿן דערויף, וועט דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ דורכפֿירן אַן אָנלײַן־פּראַקטיקום פֿאַר ייִדיש־לערער.
אינעם פּראַקטיקום, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון אָקטאָבער 2021 ביז מײַ 2022, וועלן לערער זיך באַטייליקן אין חודשלעכע אָנלײַן־וואַרשטאַטן אויף ייִדיש און ענגליש וועגן פֿאַרשידענע פּעדאַגאָגישע ענינים. מע וועט אויך געבן די סטיפּענדיאַנטן רעגולערע געלעגנהייטן צו רעדן מיט אַנדערע לערער, פּערסאָנאַל בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“ און געסט־לערער.
דערבײַ וועלן די באַטייליקטע האָבן אַ געלעגנהייט זיך צו באַנוצן מיטן לערנבוך, „אין איינעם“, וואָס דער ”ייִדישער ביכער־צענטער“ האָט אַרויסגעגעבן פֿאַראַיאָרן.
בײַנאַנד מיט דער טרענירונג וועלן די סטיפּענדיאַנטן לערנען ייִדיש־קלאַסן פֿאַר אָנהייבער און אַוואַנסירטע אָנהייבער במשך פֿון דרײַ זמנים. די קלאַסן, וואָס וועלן אַרײַננעמען נישט מער ווי אַכט סטודענטן, וועלן זיך טרעפֿן צוויי מאָל אַ וואָך אויף אַנדערהאַלבן שעה. דער פּערסאָנאַל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער“ וועט בײַזײַן אויף די קלאַסן און געבן די לערער עצות ווי אַזוי זיי קענען פֿאַרבעסערן זייער לערנען.
יעדער סטיפּענדיאַנט וועט באַקומען אַ לוין פֿון $3,600.
די פּאַסיקע קאַנדידאַטן דאַרפֿן האָבן כאָטש איין יאָר פּראַקטיק ווי ייִדיש־לערער. אַפּליקאַציעס קען מען אַרײַנשיקן ביז מאָנטיק, דעם 12טן אַפּריל. גיט אַ קוועטש דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
