Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ברוקלינער שדכן פֿון חסידישע קינדער ווערט אויסגעפֿאָרשטBrooklyn matchmaker of Hasidic children is under investigation

הרבֿ יואל ראָטה ווערט באַשולדיקט אין צונויפֿפּאָרן ברוקלינער חסידישע קינדער אונטער 18 יאָר, כּדי זיי זאָלן חתונה האָבן.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש.

בעת דעם בחורס ערשטן טאָג אין אַ נײַער ישיבֿה איז דער מנהל פּלוצלינג צוגעקומען צו אים צו רעדן אַ שידוך. „ער האָט מיר געזאָגט אַז איך בין מלא־חן און אַז איך וועל גיך קענען געפֿינען אַ כּלה,‟ האָט דער געוועזענער תּלמיד, וואָס האָט געבעטן נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, געזאָגט. „איך בין געווען זעכצן יאָר אַלט. ווען איך וואָלט געבליבן אין יענער ישיבֿה וואָלט עס זיכער מקוים געווען.‟

יענער ראש־ישיבֿה, יואלי ראָטה, און זײַן מוסד, „ישיבֿה תפֿארת התּורה‟ אין ווילאַמסבורג, ברוקלין, ווערט איצט אויסגעפֿאָרשט דורכן ניו־יאָרקער פּאָליציי־אַמט און דער אַדמיניסטראַציע פֿון קינדער־באַדינונגען („דעפּאַרטמענט פֿאָר טשילדרענס סערוויסעס‟), האָט דער פֿאָרווערטס זיך דערוווּסט, נאָך דעם ווי במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן זיך באַוויזן ידיעות אין דער סאָציאַלער מעדיאַ אַז ראָטה מאַכט חתונה גאָר יונגע לײַט, עטלעכע — אַפֿילו 15 יאָר אַלט. לויטן געזעץ פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק מוז מען זײַן 18 יאָר אַלט כּדי חתונה צו האָבן, אָדער 17 יאָר אַלט אויב מע באַקומט דערלויבעניש פֿונעם העכסטן געריכט אָדער פֿונעם משפּחה־געריכט.

בעת אַ ריי אינטערוויוען די וואָך האָבן די שוועסטער און ברידער פֿון ראָטהס תּלמידים, ווי אויך אַנדערע מענטשן וואָס ווייסן וועגן זײַנע מעשׁים, באַצייכנט ראָטה ווי דער Pied Piper of Hasidic Brooklyn, וועלכער נאַרט אַרײַן קינדער וואָס זעען אויס ווי זיי זענען נאָך אין גאַנצן נישט סעקסועל אַנטוויקלט, זיי זאָלן שוין פֿאַרקנסט ווערן און חתונה האָבן.

„ס׳איז אַן אמתדיקע קולט,‟ האָט געזאָגט אַ חסידישע פֿרוי אין ברוקלין, וועלכע זאָגט אַז עטלעכע פֿון אירע שוועסטער און ברידער האָבן זיך שוין אָנגעשלאָסן אין ראָטהס קרײַז, און אַ טייל פֿון זיי, זאָגט זי, זענען נאָך אַלץ „פֿולבלוטיקע‟ חסידים זײַנע. זי האָט נישט אָנגעגעבן איר נאָמען, כּדי צו באַשיצן אירע שוועסטער־ברידער. „ערשט נאָך דעם ווי זיי זענען גוט אַרײַנגעפֿאַלן און זענען אַוועק פֿון אים, האָבן זיי שוין געקענט זען אַז זײַן קרײַז איז גלײַך ווי אַ קולט.‟

אַחוץ דער וויליאַמסבורגער ישיבֿה, אויך באַקאַנט ווי „היכל הקודש ברעסלעוו‟, פֿירט ראָטה אָן מיטן „קעמפּ ברעסלעוו‟ אין ברוקלין און אַ צווייטער נישט־פּראָפֿיטיקער אָרגאַניזאַציע, „אַח טובֿ וחסד‟, לויט די שטײַער־דאָקומענטן. צוליב דעם וואָס ביידע אָרגאַניזאַציעס זענען רעליגיעזע אינסטיטוציעס, מוזן זיי נישט פֿאַרעפֿנטלעכן זייער רווח און הוצאָות.

ראָטה האָט אויך געגרינדעט אַ קהילה פֿון בערך 60 משפּחות אין ליבערטי, ניו־יאָרק, וואָס זענען ראָטהס געטרײַסטע אָנהענגער. דער ייִשובֿ נעמט אַרײַן אַ טייל פֿון די יונגע פּאָרלעך וואָס ער האָט צונויפֿגעפֿירט און חתונה געמאַכט.

הגם ראָטה האָט נישט געוואָלט אינטערוויויִרט ווערן פֿאַר דעם אַרטיקל, האָט זײַן סעקרעטאַר, שאול אינדיג, טעלעפֿאָניש איבערגעגעבן אַז די באַשולדיקונגען זענען „ליגנס פֿון מענטשן וואָס האָבן פֿײַנט‟ ראָטה, און אַז דער רבֿ פֿירט טאַקע צונויף יונגע מענטשן אָבער מאַכט זיי נישט חתונה ביז זיי זענען ראָוי לחופּה, לויטן געזעץ.

אויף דער פֿראַגע וועגן אַ 15־יאָריקן בחור וואָס איז לעצטנס פֿאַרקנסט געוואָרן צו אַ 17־יאָריק מיידל, האָט אינדיג געענטפֿערט: „זיי וועלן דרײַ יאָר בלײַבן חתן־כּלה. ווען זיי וואָלטן געווען סעקולער וואָלטן זיי סתּם געווען פֿרײַנד דרײַ יאָר.‟

אָבער אין די ווידעאָס וואָס מע קען זען אויף ראָטהס וועבזײַט און סאָציאַלע מעדיאַ־קאַנאַלן, דערקלערט ראָטה אַז דאָס פֿאָלגן די חתונה־געזעצן פֿונעם שטאַט איז גלײַך ווי מע וואָלט געפֿאָלגט די גויים און עס זעט אויס ווי ער פֿאַרטיידיקט דאָס חתונה מאַכן קינדער וואָס זענען בלויז עטלעכע יאָר נאָך דער בר־מיצווה.

„די איינציקע עצה אַז מע וויל פֿריילעך מאַכן אַ קינד, דאַרף מען חתונה מאַכן אַ קינד,‟ האָט ראָטה געזאָגט אין איינעם פֿון די ווידעאָס. „אַז מע וויל אָפּהיטן אַ קינד, אַ קינד זאָל ניט אַוועקגיין פֿון ייִדישקייט, איז דאָ איין עצה: חתונה מאַכן. נישטאָ קיין אַנדערע עצות.“ פֿאַררופֿנדיק זיך, אַ פּנים, אויף הרבֿ אליעזר שלמה שיק, וואָס איז אין 2011 אַרעסטירט געוואָרן אין ישׂראל פֿאַרן צונויפֿפֿירן און חתונה מאַכן קינדער, האָט ראָטה געזאָגט: „מײַן ראָש האָט גערעדט פֿון ווײטיק, מײַן ראָש האָט גערעדט פֿון פֿופֿציק יאָר וואָס בחורים רעדן זיך אויס צו אים און שרײַבן בריוו צו אים. נישטאָ קיין אַנדערע עצה, נאָר חתונה מאַכן קינדער יונג.“

מענטשן וואָס ווייסן וועגן ראָטהס קרײַז האָבן געזאָגט אַז ער פֿירט שוין יאָרן לאַנג אַזוינע שידוכים. אָבער נאָך דעם ווי די זשורנאַליסטין פֿרימעט גאָלדבערגער האָט מיט עטלעכע וואָכן צוריק געמאָלדן וועגן דעם דורך טוויטער האָט זיך דער ברייטער עולם אויך דערוווּסט וועגן דעם. אירע ידיעות האָבן אַרויסגערופֿן הונדערטער רעאַקציעס.

פֿאָרשטייער פֿונעם שטאָטישן פּאָליציי־אַמט און קינדער־באַדינונג־אַגענטורן האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו געבן ספּעציפֿישע פּרטים וועגן זייער אויספֿאָרשונג. אָבער אורן יניבֿ, אַ פֿאָרשטייער פֿאַרן ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר, האָט דורך בליצפּאָסט דערקלערט אַז זײַן ביוראָ ווייסט וועגן די אויספֿאָרשונגען פֿון די צוויי דעפּאַרטעמענטן און וואַרט אויף די רעזולטאַטן.

דער שידוך

הגם ס׳איז גאַנץ אָנגענומען אין וויליאַמסבורג און אַנדערע חסידישע ייִשובֿים חתונה צו האָבן בײַ אַ יונגן עלטער און דורך אַ שדכן, נעמען טאַטע־מאַמע געוויינטלעך אָנטייל אין דעם פּראָצעס און מע טוט עס נישט ביז די קינדער זענען בײַם לעגאַלן עלטער וואָס מע מעג חתונה האָבן. ייִנגלעך און מיידלעך צווישן 3 און 17 יאָר, וואָס זענען נישט פֿון דער זעלבער משפּחה, האַלט מען באַזונדער אין די שולן, ישיבֿות און אויף געזעלשאַפֿטלעכע געשעענישן.

אַ סך יונגע לײַט שטעלן אַ חופּה כּדת משה וישׂראל און אויך לויטן געזעץ צו 18 יאָר. בערך צוויי וואָכן פֿאַר דער חופּה לערנט מען חתן־כּלה ווי מע טוט דעם סעקסועלן אַקט כּדי זיי אַרויסצוהעלפֿן די נאַכט נאָך דער חופּה ווען זיי דאַרפֿן זיך באַהעפֿטן צום ערשטן מאָל.

ראָטהס צוגאַנג, וואָס ער פּריידיקט אויף ייִדיש אין די ווידעאָס אויף זײַן וועבזײַט, איז אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס בײַ ייִנגלעך הייבן זיך אָן באַווײַזן סעקסועלע געדאַנקען צו 13־14 יאָר און ווי אַ פּועל־יוצא הייבן זיי אָן צו אָנאַנירן. דאָס חתונה האָבן, טענהט ראָטה, איז דער איינציקער אופֿן ווי דאָס גלוסטן נאָך אַ פֿרוי און דאָס שלאָפֿן מיט אַ פֿרוי איז אָנגענומען.

„ביז לעצטנס איז דער איינציקער אופֿן אײַנצוצאַמען די תּאוות פֿון די בחורים געווען זיי אויסצומוסרן און סטראַשען אַז זיי וועלן ברענען אין גיהנום דערפֿאַר,‟ האָט געזאָגט יהודית פֿלעטשער, די מיט־גרינדערין פֿון „נחמו‟ — אַ בריטישע אָרגאַניזאַציע וואָס קעמפֿט פֿאַר ציווילע רעכט אַזוי ווי גטן אין די חרדישע קרײַזן. „ראָטה האָט אַנטדעקט אַ נײַעם מיטל: ׳נישט געדאגהט, מיר וועלן זיי פּשוט געבן אַן אַנדער סאָרט כּלי אין וועלכער אַרײַנצוגיסן די זרע.׳ אָט דאָס איז בײַ אים טאַקע די הויפּט־פֿונקציע פֿון אַ מיידל.‟

געוועזענע תּלמידים זײַנע, זייערע משפּחות און אַנדערע וואָס ווייסן וועגן ראָטהס מעשׂים האָבן געזאָגט אַז ער פֿירט שידוכים אָן דער דערלויבעניש פֿון טאַטע־מאַמע. ער זאָגט זיי אַז ער ברענגט זיי אויף אַ טרעפֿונג מיט די מעגלעכע מחותּנים, אָבער אין דער אמתן פֿירט ער זיי שוין צו די תּנאָים. אָפֿט מאָל זאָגט ער נישט די עלטערן ווי אַלט דאָס קינד איז און ער גיט זיי נישט קיין דעה בײַם באַשטימען די דאַטע פֿון דער חופּה.

אינדיג, ראָטהס סעקרעטאַר, האָט דאָס אויך אָפּגעלייקנט, טענהנדיק: „ווען מע טוט אויף גוטע זאַכן, וועלן תּמיד זײַן מענטשן וואָס קריטיקירן דיך.‟

רעליגיעזע חתונות צווישן מענטשן וואָס זענען ייִנגער ווי 18 יאָר (אָדער 17 יאָר מיט דער הסכּמה פֿונעם געריכט) זענען לויטן שטאַט נישט לעגאַל, האָט געזאָגט פֿריידי רײַס, די גרינדערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, Unchained At Last (סוף־כּל־סוף באַפֿרײַט פֿון די קייטן), וואָס שטיצט מענטשן וואָס ווילן אַרויס פֿון געצוווּנגענע חתונות. צוליב דעם וואָס דער שטאַט ניו־יאָרק האַלט אַז בלויז בײַ 17 יאָר אָדער עלטער איז מען גענוג „דערוואַקסן‟ צו קענען גיבן הסכּמה צו שלאָפֿן מיט עמעצן, איז דערווײַל נישט קלאָר צי דאָס חתונה האָבן אַז מ׳איז ייִנגער פֿון 17 קאָן נאָך דערפֿירן צו אַ פֿאָרמעלער באַשולדיקונג אין פֿאַרגוואַלדיקונג אָדער קינדער־באַלעסטיקונג קעגן די קינדער אָדער זייערע עלטערן.

צוליב דעם וואָס די חתונות זענען נישט לעגאַל און די חתונה־געהאַטע זענען אונטערן לעגאַלן עלטער חתונה צו האָבן, דאַרפֿן די קינדער זוכן הילף פֿון דערוואַקסענע אויב זיי ווילן, למשל, זיך גטן.

„אין אַזאַ פֿאַל קענסטו נישט ברענגען קיין לעגאַלע אַקציע אין דײַן אייגענעם נאָמען אָדער אַפֿילו אָנשטעלן אַן אַדוואָקאַט,‟ האָט רײַס געזאָגט.

גוטע כּוונות

איידער ראָטה איז געוואָרן דער שענדלעכער דורכפֿירער פֿון קינדער־חתונות האָבן אַ סך ייִדן אים באַטראַכט פֿאַר אַ ראַדיקאַלן כּוח פֿון גוטסקייט אין דער חסידישער וועלט, ווײַל ער האָט אַ ביסל אָפּגעשוואַכט די שווערע חומרות.

קרובֿים פֿון די תּלמידים און אַנדערע חסידישע אײַנוווינער פֿון ברוקלין האָבן דערציילט אַז מיט אַרום 13 יאָר צוריק האָט מען ראָטה אָפּגעזאָגט פֿון דער וויליאַמסבורגער ישיבֿה פֿון די ווינער חסידים, וווּ ער האָט שוין געהאַט צוגעצויגן אַ צאָל געטרײַע „חסידים‟. זיי האָבן געזאָגט אַז מע האָט אים אַרויסגעוואָרפֿן ווײַל ער האָט פֿרײַ גערעדט צו די בחורים וועגן סעקס און וועגן דעם מענלעכן אבֿר; ווײַל ער האָט זיי געזאָגט אַז זיי מוזן נישט פֿאָלגן אַלץ וואָס די עלטערן זאָגן און ווײַל ער האָט חוזק געמאַכט פֿונעם חסידישן ייִראת־⁠הכּבֿוד פֿאַרן רבין.

ראָטה האָט געגרינדעט זײַן אייגענע ישיבֿה דורך די בראָסלעווער, מיטברענגענדיק אַ טייל תּלמידים פֿון דער פֿריִערדיקער ישיבֿה. (ראָטהס זיידע, ר׳ יחזקאל ראָטה, אַן אָנגעזעענער פּוסק בײַ די קאַרלסבורגער חסידים, איז געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק מיט עטלעכע וואָכן צוריק.)

אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען באַטראַכט ראָטה פֿאַר אַן אינאָוואַטאָר וואָס פֿירט אַרײַן אַ מער סענסיטיוון צוגאַנג צו לערנען חסידישע קינדער. ער האָט זיי גרינג צוגעצויגן צו זיך, דורכן זאָגן זיי אַז דאָס טראָגן שטרוקסענע (קאָרדורוי) הויזן, קריגן אַ שטעלע אָדער רייכערן פּאַפּיראָסן וועלן נישט שאַטן זייער באַציִונג צום אייבערשטן. עד־היום נעמט ראָטה אָן אין זײַן שול יענע קינדער וואָס אַנדערע ישיבֿות האָבן זיי אַרויסגעוואָרפֿן אָדער וואָס זייערע משפּחות האָבן אַ פֿאַרפֿלעקטן שם.

אינדיג האָט געטענהט אַז ראָטה איז איינער פֿון די ווייניקע מענטשן אין די חסידישע קרײַזן וואָס רעדט אָפֿנהאַרציק מיט קינדער וועגן פֿאַרשידענע סכּנות ווי למשל סעקסועלע באַלעסטיקונג. ראָטהס פֿאַרטיידיקער גיבן צו אַז מחוץ דער חסידישער וועלט איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט, אַז 15־יאָריקע קינדער זאָלן שוין זײַן סעקסועל אַקטיוו.

אַחוץ זײַן וועבזײַט וואָס נעמט אַרײַן מוזיק־ווידעאָס, לעקציעס, עצות און אַ ווירטועלע ביבליאָטעק פֿון רעליגיעזע טעקסטן, שטעלט ראָטה אויך אַרויף ווידעאָס אויף אינסטאַגראַם — אַ זעלטענע זאַך בײַ די חרדים.

יוסף ראַפּאַפּאָרט, אַ מעדיאַ־קאָנסולטאַנט פֿון באָראָ־פּאַרק, האָט געזאָגט אַז ער פֿאַרדאַמט די קינדער־חתונות און דאָס עובֿר זײַן אויף די געזעצן פֿונעם שטאַט אָבער האָט צוגעגעבן אַז ראָטה איז פֿאָרט געוואָרן „אַ מקום־מיקלט פֿאַר אַ סך פֿאַרלוירענע נשמות.‟

אַ שטעקן מיט צוויי עקן

ראָטהס צוגאַנג האָט טאַקע אויפֿגערעגט דעם חרדישן עולם אין ניו־יאָרק אָבער דאָס האָט נאָך מער דערנענטערט זײַנע תּלמידים צו אים און פֿאַרגרעסערט די שטיצסיסטעם וואָס די ישיבֿה האָט געשאַפֿן.

די חסידישע פֿרוי, וועמעס שוועסטער און ברידער זענען עד־היום אָנהענגער פֿון ראָטהס שיטה, האָט עס גערופֿן אַ שטעקן מיט צוויי עקן. „נאָך איידער ער האָט געטאָן יענע נישט־לײַטישע זאַכן האָט ער שוין פֿון פֿריִער געהאַט צוגעגרייט זײַנע אָנהענגער אַז מע וועט אים פֿאַרדאַמען דערפֿאַר, גלײַך ווי ער וואָלט געזאָגט: „זעסט? זיי רודפֿן מיך ווײַל ס׳געפֿעלט זיי נישט וואָס איך טו, אַז איך לאָז אײַך טראַכטן פֿאַר זיך אַליין׳.‟ .

די פֿרוי האָט צוגעגעבן אַז ווען ראָטה פּלאַנירט די קינדער־חתונות, שאַפֿט ער אַן אילוזיע אַז די קינדער און זייערע טאַטע־מאַמעס האָבן די ברירה צו זאָגן ניין. ער זאָגט זײַנע אָנהענגער אַז זיי דאַרפֿן נישט מאַכן קיין גרויסע טײַערע חתונות אָבער דערנאָך הייסט ער זיי ניצן די פֿאָטאָגראַפֿן און גרימירערס וואָס ער האָט אַליין אַפּראָבירט.

ראָטה פּריידיקט אויך קעגן פּסיכאָטעראַפּיע און גטן זיך. זײַן געוועזענער תּלמיד האָט געזאָגט אַז ראָטהס אָפֿענע דיבורים וועגן סעקס און אָנאַנירן גרענעצט זיך אָפֿט ממש אויף ניבול־פּה.

„נעבעך, נעבעך, וואָס ער האָט זיך אַראָפּגעפֿאַלן אין פּגם־הברית,‟ זאָגט ראָטה אין איין ווידעאָ. „ווײַל די עקלדיקע עבֿירה אַז אַ מענטש כאַפּט זיך אָן דער ברית און ער מאַכט עס וואַרעם און ער רײַבט עס נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל — מע בלײַבט אָן אַ מוח.“  

דער געוועזענער תּלמיד האָט צוגעגעבן אַז ער איז אַוועק פֿון ראָטהס שול נאָך דעם ווי דער רבֿ האָט אין קלאַס אָנגעהויבן גיבן „עקלדיקע פּרטים‟ וועגן ייִנגלעך וואָס וואַשן זיך די ביצים אין דער מיקווה. בײַם הערן אַזוינע דיבורים האָט ער, דער תּלמיד, זיך צעלאַכט און ראָטה האָט אים דערפֿאַר אַרויסגעשיקט פֿון קלאַסצימער. „ער האָט מיך שיִער נישט פֿיזיש אַרויסגעשטופּט, אַזוי אין כּעס איז ער געווען.‟

אַנדערע בחורים האָבן אויך געפֿילט ווי מע „צווינגט‟ זיי און זענען אַנטוישט געוואָרן סײַ אין זײַן ישיבֿה, סײַ אין דער היימישער סבֿיבֿה וואָס ער האָט געגרינדעט.

אין ווידעאָס אויף זײַן וועבזײַט זאָגט ראָטה אַז זײַנע קריטיקער זענען די זעלבע לײַט וואָס האָבן נישט קיין מאָבילקעס (סעל־פֿאָונס) און זענען אָפּגעזונדערט פֿון דער רעאַליטעט. ער ווענדט זיך צו זײַנע צוקוקער, זיי זאָלן רחמנות האָבן אויף די קינדער וואָס זיצן אין דער היים, פֿאַרזעסענע.

אַ טייל מענטשן וואָס קריטיקירן ראָטהס קינדער־שירוכים זאָגן אַז ער האָט פֿאָרט אויפֿגעטאָן עפּעס גוטס.

„ס׳איז וויכטיק וואָס עמעצער האָט געזאָגט די קינדער: ׳דו קענסט טראַכטן פֿאַר זיך אַליין און טאָן וואָס דו האַלטסט איז ריכטיק,‟ האָט באַמערקט די שוועסטער פֿון ראָטהס אַ חסיד. „אויב ער וואָלט בלויז דאָס געטאָן, וואָלט געווען וווּנדערלעך.‟

(דזשאָרדין קוציק האָט צוגעגעבן צום רעפּאָרטאַזש און געמאַכט די ייִדישע איבערזעצונגען)

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.