ווידעאָ: שמועס מיט שרײַבערין שירי שאַפּיראַ וועגן איר דערציילונג, „יציאת־נשמה“WATCH: Chat with Shiri Shapira about her short story, “Last Breath’’
די יונגע מחברטע רעדט וועגן די ערשטע וואָכן פֿון דער קאָראָנאַ־ווירוס־מגפֿה אין ישׂראל.

Image by League for Yiddish
די ייִדיש־ליגע האָט אײַנגעאָרדנט עטלעכע עפֿנטלעכע שמועסן דורך „זום“ מיט ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן געדרוקט דערציילונגען און אַרטיקלען אינעם אַנומלטיקן נומער „אויפֿן שוועל“. גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, די פֿאָרזיצערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט באַשריבן די סעריע „שמועסן מיט מחברים“ ווי אַ פּרוּוו צו מאַכן דעם זשורנאַל ”אַ ביסל מער דרײַ־דימענסיעדיק“.
לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב דעם ווידעאָ פֿון דער ערשטער פּראָגראַם אין דער סעריע, אין וועלכער די רעדאַקטאָרין פֿון „אויפֿן שוועל“, מרים טרין, רעדט מיט דער יונגער שרײַבערין און איבערזעצערין, שירי שאַפּיראַ, וועגן אירע ווערק בכלל, און איר דערציילונג אינעם אַנומלטיקן נומער, „יציאת־נשמה“ בפֿרט. ”יציאת־נשמה“ שילדערט די ערשטע טעג פֿון דער קאָראָנאַ־ווירוס־מגפֿה אין ירושלים.
טרין האָט געלויבט שאַפּיראַן, מחמת איר דערציילונג האָט אַ זעלטענעם רעאַליסטישן צוגאַנג וואָס איז ניט ראָמאַנטיזירט. „יציאת־נשמה“ ווײַזט ווי אַ דורכשניטלעכע ישׂראלדיקע משפּחה רופֿט זיך אָפּ אויפֿן ווירוס אין די טעג פֿאַר פּסח און דורך אָט דער משפּחה באַקומט דער לייענער אַ בילד פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט בכלל.
אין 2019 האָט שאַפּיראַס דערצײלונג, „דרײַ אלמנות“, געווּונען אויפֿן צווייטן אָרט אינעם דערציילונג־קאָנקורס פֿון דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
