Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ פֿרישער צוגאַנג צו אַ ליד פֿון ווידערשטאַנדA fresh approach to a song of resistance

סײַמאָן סטאַרס קאָמפּאָזיציע צו ה. לייוויקס „אייביק“ גיט איבער דעם טרויער פֿונעם ליד אָבער אָן אַ שווערן געמיט.

סײַמאָן סטאַר, אַן אויסטראַלישער קאָמפּאָזיטאָר, דזשעז־באַסגיטאַריסט און מוזיק־פּראָדוצענט, וואָס שפּילט אַן אָנפֿירנדיקע ראָלע אין דער קאַפּעליע, „ייִד!“, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַע קאָמפּאָזיציע צו באַגלייטן ה. לייוויקס ליד, „אייביק“.

סטאַר האָט לכתּחילה קאָמפּאָנירט דאָס ליד אין 2019 ווי אַ טייל פֿון אַ פּראָגראַם אָרגאַניזירט דורך דער מעלבורנער „קדימה“־ביבליאָטעק. בשעת דער פּאַנדעמיע האָט ער פֿאַרבעטן אַנדערע מעלבורנער זינגער און מוזיקער ווידער צו רעקאָרדירן דאָס ליד. דעם נײַעם נוסח, מיטן זינגער ארי ווייניג, האָט מען אַרויסגעלאָזט מיט אַ חודש צוריק.

אין דער רעקאָרדירונג שפּילן אַכט מוזיקער אויף אַ טוץ אינסטרומענטן. סטאַר אַליין שפּילט באַס, טשעלאָ, טרומייט, וואַלדהאָרן און זינגט דערצו. דער רעזולטאַט איז אַ פֿולער קלאַנג, וואָס איז בײַ געוויסע מאָמענטן ענלעך צו אַ דזשעז־סאָלאָיִסט און בײַ אַנדערע מאָמענטן — צו אַ גאַנצן אָרקעסטער.

ארי ווייניג איז אויפֿגעוואַקסן אין מעלבורן און וווינט הײַנט אין ישׂראל. ער זינגט אינעם דועט „שײַאַרי“ מיטן זינגער שי פּערי. ארי אַרבעט אויך ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר פֿאַרן פּאָדקאַסט Israel Story.

סטאַר, וואָס האָט זיך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישע לידער נאָכן זיך אומקערן אין אויסטראַליע נאָך זעקס יאָר אין ישׂראל, גיט איבער אין זײַן אַרײַנפֿיר צום ליד, אַז לייוויקס טעקסט האָט אים גערירט ביז טרערן. ער האָט געשטרעבט צו שאַפֿן אַ קאָמפּאָזיציע וואָס זאָל „אָפּשפּיגלען די איבערלעבונגען באַשריבן אינעם ליד און דאָס אומדערמידלעכע באַדערפֿעניש צום ווידערשטאַנד ניט געקוקט אויף די אַלע שטרויכלונגען. איך האָב געוואָלט אַז דאָס ליד זאָל זײַן טרויעריק אָבער ניט האָבן צו פֿיל פֿון אַ שווערן געמיט.“

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.