„מיט קיין סאַמעטענעם הוט טשעפּע איך זיך נישט‟How a velvet hat became an object of revenge for this young Hasidic teen
אַ ייִנגל פֿילט זיך באַליידיקט פֿון אַ צווייטן תּלמיד און נעמט נקמה אויף אים.

Graphic by Angelie Zaslavsky
(דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש)
ביי מיר איז דא אזא כלל: מיט קיין סאמעטענעם הוט וואס איז נישט מיינעם טשעפע איך זיך נישט. איך ריר עס נישט אן טאמער ברויך איך נישט, און טאמער יא – זייער איידל, ביי די זייטן, חס ושלום נישט טשעפען די סאמעט, ווער רעדט נאך חלילה וחס בדווקא לייגן וואסער אדער סיי וואס עס קען פארמאשקעווען די פוכיגע סאמעט.
דאס האב איך מיך יונגערהייט זיך אפגעלערנט א משל, ביים ערשטן יאר פון מיין בר מצווה.
דארטן אין דער ישיבה קטנה, צווישן די שטענדערס, ביי מיטאג האט מיר א בחורל באליידיגט, ער האט אויף מיר געשפריצט די נטילת ידים טראפן פון זיינע הענט נאכן וואשן איידערן זיך אפווישן. ער האט דאס אבער געטון מיט אזא רציחה אז איך בין געווארן בייז, האב איך ארויסגענומען א רעפטל אוגירקע פון מיין מאמעס סענדוויטש, איר געגעבן א שליידער אויף זיין הוט וואס איז געלעגן אויפן שטענדער, און זיין הוט איז געווען א סאמעטענער. עס האט זיך געדוכט ווי דערמיט האט זיך געענדיגט א שטילער בחור׳ישער ספעקטאקל וואס איך וואלט פארגעסן ביז פינף מינוט דערויף.
עס איז אבער נישט געווען אזוי. אהיים בין אין געגאנגען מיט א רויטער פליסיגקייט רינענדיג פון מיין פנים. ניין, חס ושלום, עס איז נישט געווען בלוט, אידן פארגיסן נישט קיין בלוט. נאר וואס, הערט וואס עס האט פאסירט.
צען מינוט שפעטער נאך דער אוגערקע מעשה שטיי איך ביים פענסטער און שמועס זיך מיט עמיצן, מסתמא בדברי תורה, וואס דען? פלוצלינג דערשפיר איך א פאטש, א מין פאטש וואס איך געדענק נישט אז איך זאל האבן ווען אמאל געכאפט אין מיין לעבן – נישט פון מיין כעס’יגסטער מלמד מיט די בעסטע לאפעס, און נישט פון מיין טאטן ווען עס איז געווען נישט גוט מיט אים.
אזא פאטש, אזא פולער, אזא רייכער… ווער? פון וועמען? עס איז קיינער נישט געשטאנען נעבן מיר. א רויטע פליסיגקייט רינט פון מיר, און אז איך קוק אויף די פאדלאגע אראפ, זע איך א געפלאטשט צעשמעטערט גרויסע טאמאטע, ווי א גע’פגר’ט פויגל וואס איז נאר וואס געפאלן פון די יאגד שיסער. עס איז מיר קלאר געווארן אז דער יעניגער האט זיך נוקם געווען פאר זיין סאמעטענעם הוט, ער האט באצאלט מיט א טאמאטע, זיין מאמע מאכט אים בעסערע סענדוויטשעס ווי די אנדערע מאמעס. זי האט אים מיטגעגעבן א גאנצע טאמאטע.
אהיים בין איך געגאנגען בעצם היום דורך זייטיגע געסלאך, עס זאל מיר קיינער נישט זען, נאר דאס פעלט מיר, עס זאל עמיצער זען טאמאטעס אויף מיין שמונה בגדים און ווייסן העמד. איז אבער געווען באשערט אנדערש, צו מיינע צרות… פארט זיך פונקט דא דורך איינע פון מיין שילס בעלי בתים דווקא דא אויף דעם געסל, אריבער דעם באן בריק. יענער באגניגנט זיך נישט מיט א פייף און באגריסונג. ער איז העפליך צו מיר: „וואו גייסטו? אהיים? זעץ דיך אריין, איך נעם דיר אהיים‟, האב איך שוין געהאט די נויטיגע בושות בייגעלייגט צו דער טאמאטע.
די עלטערן מיינע האבן א וויילע זיך געוואונדערט וואס איך טו דא אינמיטן טאג, אבער נישט לאנג האט געצויגן זייער שאקירונג, זיי האבן נישט געקענט עפעס אנדערש נאר לאכן ביזן כמעט זיך דערשטיקן. איך אבער האב געהאט מיין לעקציע אויפן גאנצן לעבן:
מיט א סאמעטענעם הוט טשעפעט מען זיך נישט.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
