ייִדישע טענצערין נעמי ליף האַלפּערין איז אַוועק צו 107 יאָרJewish dancer Naomi Leaf Halpern has died at age 107
נעמי האָט זיך פֿאַרליבט אין טאַנצן בעת אירע זומערן אינעם ציויניסטישן זומער־לאַגער, קעמפּ קינדער וועלט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער פֿאָרווערטס האָט לעצטנס זיך דערוווּסט אַז די באַקאַנטע טענצערין און כאָרעאָגראַפֿין נעמי ליף (ליפֿשיץ) האַלפּערין, וואָס האָט אַפֿילו נאָכן עלטער פֿון 100 יאָר אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדיש־קרײַז אין וווּדסטאָק, ניו־יאָרק, איז דעם 26סטן מאַרץ אַוועק פֿון דער וועלט צו 107 יאָר.
נעמי האַלפּערין איז געבוירן געוואָרן אין 1914 אין ירושלים, די אײנציקע טאָכטער פֿון ראובֿן (אַ געבוירענער אין פּינסק) און שׂרה (פֿון קאַטערינאָסלאַוו) ליף. ביידע זענען געווען קינסטלערס. ראובֿן ליף איז געווען איינער פֿון די ערשטע לערערס אין דער באַרימטער קונסט־אַקאַדעמיע „בצלאל“ אין ירושלים. די משפּחה האָט זיך איבערגעצויגן קיין אַמעריקע פּונקט פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, כּדי ראובֿן זאָל נישט דאַרפֿן דינען אין אָטאָמאַנישן מיליטער. זיי האָבן זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק.
ווי אַ קינד האָט נעמי פֿאַרבראַכט אירע זומערן אינעם ציוניסטישן זומער־לאַגער, „קעמפּ קינדער וועלט“ וווּ זי האָט זיך פֿאַרליבט אין טאַנצן — אַן איבערלעבונג וואָס זי האָט באַשריבן אויף ייִדיש אין 2018 אין דעם פֿאָרווערטס־ווידעאָ.
אַ דאַנק יענעם פֿאָרווערטס־ווידעאָ האָט זיך אין גיכן אָפּגערופֿן אַ מוזיקער וואָס האָט נאָך מיט יאָרן צוריק געשאַפֿן מוזיק פֿאַר אירע טענץ און מע האָט גלײַך אַראַנזשירט אַ ווידערטרעף צווישן זיי, כאָטש זי האָט אים געדענקט אין גאַנצן אַנדערש – אַ טשיקאַווע מעשׂה וואָס איז באַשריבן געוואָרן אין דעם אַרטיקל.
נעמי איז געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלע טענצערין וואָס האָט כאָרעאָגראַפֿירט און פֿאָרגעשטעלט טענץ שילדערנדיק תּנכישע פֿרויען ווי רות און רבֿקה. זי האָט גאַסטראָלירט אין צפֿון־ און דרום־אַמעריקע, אייראָפּע און ארץ־ישׂראל. אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט איר מאַמע אויסגענײט אירע קאָסטיומען. אין 1935 האָט זי בײַם ישׂראלדיקן טעאַטער כאָרעאָגראַפֿירט און געטאַנצט אין אַ העברעיִשער איבערזעצונג פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע „די כּישוף־מאַכערין“. די פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט געהייסן „המכשפֿה“ איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון נתן האַלטערמאַן.
איר מאַן ז”ל, ראַבינער פּרץ האַלפּערין, האָט אָנגעפֿירט מיט דער קאָנסערוואַטיוושער שיל אין מאַרבלהעד (Marblehead), מאַסאַטשוסעטס. צוזאַמען האָבן זיי אַדאָפּטירט אַ קינד, וואָס זיי האָבן אַ נאָמען געגעבן דוד. ער האָט געהאַט צוויי קינדער אָבער איז אַליין געשטאָרבן יונגערהייט.
ווען נעמיס מאַן מאַן איז אַוועק פֿון דער וועלט האָט זי, שוין דעמאָלט אַ 75־יאָריקע, זיך איבערגעצויגן אין זייער זומערהיים אין וווּדסטאָק און דאָרטן האָט צי ווײַטער געטאַנצט און כאָרעאָגראַפֿירט טענץ פֿאַר דער רעקאָנסטרוקציאָניסטישער שיל אין וווּדסטאַק.
נעמי האָט פֿאַראָבֿלט איר קוזין, אליעזר קאָנטאָראָוויץ, און צוויי אייניקלעך. זי וועט אונדז אַלעמען שטאַרק אויספֿעלן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
