Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די נקמה אויף אונדזער רבין, דעם רוצחTaking revenge on our cruel teacher

ס’איז נישט פֿאַרבײַ קיין טאָג וואָס דער לערער האָט נישט געפּאַטשט אַ תּלמיד אין דער באַק, געשלאָגן מיט די הענט ווי האַרטע שטיינער אָדער מיטן שטעקן.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

א טראגעדיע האט פאסירט צו אונז קינדער פון כיתה ה׳. אונדזער באליבטער רבי, ר׳ כאצקל, וואס פלעגט אלע פרייטאג ברענגען שאקאלאד-באדעקטע וואפלעך און דערציילן מעשיות און ווערטלעך לכבוד שבת, האט איבערגעלעבט א מיאסן עקסידענט ל״ע, און ער האט נישט געקענט קומען אין חדר פאר א וויילע.

די טראגעדיע וואלט אונז קינדער נישט אזוי שלעכט באטראפן ווען נישט דער שטעלפארטרעטער וואס האט איבערגענומען פאר ר׳ כאצקל׳ען. דאס איז געווען די ביטערע תקופה פון רבי רויטערליכער– א תקופה וואס איז אויף אונז געפאלן ווי א גזירה, גלייך ווי אין די טעג פון אשמדאי ווען ער האט פארכאפט דעם טראן בימי שלמה המלך, און, שווארצע וואלקענעס האבן זיך אראפ געלאזט אויף דער כיתה.

דער רבי רויטערליכער האט נישט דורכגעלאזט א טאג וואס זיינע גרויזאמע הענט זענען נישט געפאלן אויף די באקן פון לכל הפחות א קמיצה קינדער. ער האט געפאטשט מיט די בלויזע לאפעס ווי הארטע שטיינער, גע׳מקל׳ט מיטן שטעקן, מיטן רוט, און מיט יעדער כלי משחית וואס עס אים נאר געווען צו דער האנט, אפֿט מאל מיט אזא גזלנישע רציחה אז דער קרבן האט מאמענטאל פארגעסן ווי ער הייסט. מיר האבן טאג טעגליך מתפלל געווען אז דער רבי רויטליכער זאל נסתלק ווערן פון דא, אז נישט זאל ער כאטש אייננעמען א מיתת נשיקה, ווייל געמאכט האבן מיר אין די הויזן יעדן טאג פארן קומען אין חדר.

פון דעם רבי רויטליכער האבן מיר קיין מעשה נישט געהערט, קיין שמייכל נישט געזען, נאר א הארט פנים, ווי איינער וואס זאגט, איך בין דא נאר אייך צו פארביטערן די יארן ווי פרעה אין מצרים. געזאגט האט מען, אז אין רבי רויטליכערס טעג האט מען נישט געזען קיין שמייכל אויף די קינדערס פנים׳ער.

א געפיל פון נקמה האט אנגעהויבן ברודזשען אין אונזערע הערצער, אבער ווער וואגט זיך עס קעגן רבי רויטליכער? איז צום גליק געווען איין אינגל אין כיתה, אן אמיץ הלב, און ער האט אין דער שטיל אנגעהויבן מורמלען אויער צו אויער אז ס׳צייט דעם רבי׳ן אנצולערנען. און די געלעגנהייט איז געקומען, מיר האבן אפגעריכט א נקמה אקציע אנטקעגן דעם טיראנישן שטעלפארטרעטער, אבער רבותי, עס האט זיך נישט גוט געענדיגט, אך און וויי איז געווען דעם קינד וואס האט זיך געוואגט אנצודרייען דעם אויפשטאנד. ומעשה שהיה כך היה:

דער רבי רויטליכער האט זיך נוהג געווען צו לייגן זיין קאפעלוטש אויפן הענגער טשוואק אונטן נעבן דעם עס־זאל ווען ער איז געגאנגען אין בית הכבוד (סקיסע). איז דעם העלד פון אונזער כיתה איינגעפאלן אויסצוניצן די געלעגנהייט, כאפן דעם הוט און עס צעקוועטשן ביז עס באקומט די פארעם פון א מצה. אבער מיט דעם האט זיך אונזער כעס נאך נישט געענדיגט, האבן מיר אחוץ דעם באגאסן דעם הוט מיט וואסער און דערביי געזונגען תמחה את זכר עמלק ווי ביים צוקלאפן המן׳ען. אפגעטון די מעשה זענען מיר אלע צוריק ארויף אין כיתה כאילו לא היה און געווארט דער רבי זאל אריינקומען מיטן צעקאלעטשעטן הוט אן אפגעפאטשטער, מלא כעס, נישט וויסענדיג וועמען צו באשולדיגן, און מיר וועלן דעם אכזר לאכן אין די ציינער.

מיר זיצן און ווארטן און אט הערן מיר טריט. עס וואלטן זיך די מייז אין די ווענט געקענט שווערן אז די טריט זענען נישט מעיד אויף קיין גוטס. דער רבי קומט אריין, די אויגן שטייען אים נישט אויפן פלאץ. מיט א טיוולאנישן שמייכל פרעגט ער: „ווער?“ מיינענדיק אוודאי „ווער האט מיר דאס אפגעטאן?“ טאמער זאגט איר נישט וועל איך אפיר נעמען יעדן פון אייך, איינעם נאך איינעם,“ זאגט ער מיט זיין אייז קאלטער שטימע, אז א סקרוך גייט אונז איבער די ביינער.

„חיימי — זאגט ער — ווער האט עס געטון?

א שווייגעניש.

„נו, ווער? זאג, שעם דיך נישט.“

א שווייגעניש.

„ווייסט וואס, קום אהער שעפעלע.“

דער נעבעכדיגער חיימי מאכט אין די הויזן… נו, איך וועל אייך דא נישט באלמיטשענען מיט די מינוטן וועלעכע האבן זיך געצויגן ווי אן אייביקייט, איך וועל אייך נאר זאגן אזוי: צוויי מינוט שפעטער איז שוין דער שולדיגער געליגן אויפן משכנתא באנק, און איך וויל אייך ליבע ליינער קיין קאשמארן נישט אפטון וועל איך אייך נישט דערציילן דעם סוף פון דעם קינד, בלויז אז ס’איז נישט געווען אים וואס מקנא צו זיין, געכאפט האט ער אויף אלע זעקס באקן אז ער האט געשאלטן דעם טאג פון זיין געבוירן, אוי האט ער ביטערליך חרטה געהאט אויף יענער פארשאלטענער מינוט וואס ער האט דעם רבי רויטליכערס הוט אנגערירט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.