טשיקאַוועסן: 23 ייִדישע קעמפּס פֿיגורירן אין „ניוסוויק“־רשימה • אַ שיל וווּ די מתפּללים וועבן טליתים Tidbits: 23 Jewish camps make Newsweek list • In this shul, members weave prayer shawls
די רשימה האָט מען צונויפֿגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון רעצענזיעס און אַן אַנקעטע פֿון 15,000 טאַטעס און מאַמעס.
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:
די וואָך האָט „ניוסוויק“ אָפּגעדרוקט אַ רשימה פֿון די 483 בעסטע אַמעריקאַנער זומער־לאַגערן פֿאַרן יאָר 2023. 23 פֿון די לאַגערן זענען ייִדישע.
איינער פֿון די לאַגערן איז קעמפּ שׂימחה, אַן אָפּטייל פֿון דער אָרגאַניזאַציע „חי־לײַפֿלײַן“ וואָס דינט קינדער מיט בלוט־קראַנקייטן און אַנדערע ערנסטע מחלות. אין דער ליסטע זענען אויך געווען קעמפּ קאַלסמאַן, אַ רעפֿאָרם־לאַגער אין אַרלינגטאָן, וואַשינגטאָן; דער קאָנסערוואַטיווער קעמפּ רמה אין קאַליפֿאָרניע, און דער אָרטאָדאָקסישער לאַגער קעמפּ חבֿיבֿה אין עלענוויל, ניו־יאָרק.
די רשימה האָט מען צונויפֿגעשטעלט אויפֿן סמך פֿון רעצענזיעס אין דער סאָציאַלער מעדיאַ און אַן אַנקעטע פֿון 15,000 טאַטעס און מאַמעס.
צו לייענען די גאַנצע נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the entire news in English, click here.
•
ס׳רובֿ שילן גיבן קורסן אויף פֿאַרשידענע טעמעס. „נווה צדק“, אַ סינאַגאָגע אין מעטוטשען, ניו־דזשערזי, איז אָבער מסתּמא די איינציקע וואָס לערנט אירע מתפּללים ווי צו וועבן טליתים.
אינעם אַזוי גערופֿענעם „וועבצימער“ באַזאָרגט מען יעדן באַטייליקטן מיטן געצײַג און די אינסטרוקציעס ווי צו מאַכן אַ טלית. זינט דער וואַרשטאַט האָט זיך אָנגעהויבן אין 2015 האָט מען שוין געמאַכט מער ווי 300 טליתים.
אָבער נישט בלויז מיטגלידער פֿון דער שיל קומען אויף דעם וואַרשטאַט. די נײַעס וועגן דעם האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבערן לאַנד און עס זענען שוין געקומען אַ צאָל מענטשן פֿון אַנדערע ערטער זיך צו באַטייליקן, אַרײַנגערעכנט פּענסילוויינע, ניו־יאָרק, פֿלאָרידע און אַפֿילו קאַנאַדע.
צו לייענען די גאַנצע נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the entire news in English, click here.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor