Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די חדר־רביס וואָס האָבן געשלאָגן — און דער איינער וואָס האָט עס נישט געטאָןThe cheder rabbis that hit us — and the one rebbe who never did

איין רבי האָט באַשטראָפֿט דאָס קינד ניצנדיק אַ ווירע אויף דער האַנט; אַ צווייטער האָט אָנגעפּאַטשט דעם הינטן.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אין חסידישן ייִדיש.

א רבי׳ן האבן מיר געהאט אין חדר – ר׳ זלמן – וואס האט נישט געשלאגן, נישט קיין חילוק ווי אויפגערעגט ער איז געווען אדער ווי ווייט א אינגל האט אים געצויגן ביי די געהירן. ער האט נישט געשלאגן, קוים וואס ער האט אפילו געגעבן סיי וועלעכער אנדערער עונש.

ר׳ זלמן איז אגב א זון פון דעם לעצט פארשטארבענעם ירושלים׳ער רב פון דער עדה החרדית, הגאון ר׳ יצחק טוביה ווייס ז״ל, וואס איז אין זיינע יונגע יארן געווען בארימט צווישן זיינע באקאנטע ווי א גאר ארענטליכער מאן און בעל נועם הליכות.

בקיצור, ר׳ זלמן האט געשריגן, זיין פנים איז רויט געווארן ווי א בוריק פאר כעס, ער האט אפילו געזאגט אז „א רבי וואס גיט ענק נישט קיין שלעק (פעטש) פארן אזוי זיך פירן איז א יענע רבי!“… אבער קיין האנט אויף א קינד האט ער נישט געהויבן. אנשטאט שלאגן האט דער רבי דערציילט א גוט צוגעגרייטע מעשה, דערלאנגט קאפיעס פון מוסר ספרים אין אידיש. און דרך ארץ האבן מיר געהאט צו אים דווקא מער פון אלע אנדערע רבי׳ס, און ס׳האט די גאנצע שטאט געשמועסט וועגן דעם רבי׳ן וואס שלאגט נישט.

און א חידוש איז דאס געווען דערפאר ווארום מיר זענען געווען צוגעוואוינט אז א רבי שלאגט. א רבי — האבן מיר געוואוסט — קען טיילן פעטש טאמער איז מען נישט וואויל. און כדי איר ליבע לייענער זאלט האבן א שטיקל מושג, וואס פאר א סענסאציע דער „נישט שלאגנדיגער רבי“ דארט אין כיתה ח׳ איז געווען פאר אונז קינדער, בין איך דא אויסן אייך היינט אויסצורעכענען עטליכע פון די „פּעטשליכע“ רבי׳ס וואס האבן אונדז געלערנט, און אייך אויפן שפיץ גאפל שילדערן וויאזוי ס׳האט זיך יעדער פון זיי נוהג געווען מיט זיין בייטש און שלאג אינסטרומענט.

אט למשל ר׳ זריח פון כיתה ב׳, אזוי ווי זיין נאמען אזוי איז פון אים טאקע געגאנגען א ריח, און א בארד פון דער באבעס צייטן. געקומען איז ער פון ערגעץ אין ענגלאנד כאילו פון די צייטן פון קראמוועל המלך, און האט געהאט די נטיה איינצושלאפן ביז ער האָט כמעט געכראפעט. אפילו ווען ער האט גערופן א קינד אפצונעמען זיין פארציע פעטש איז ביז דאס קינד איז אנגעקומען איז ער שוין איינגעשלאפן אזוי אז דאס קינד איז דארטן געשטאנען מעשה למך און נישט געוואוסט וואס ער דארף יעצט טון. און אז ר׳ זריח האט שוין יא געגעבן א משכנתא האט ער עס געטון אויפן עכטן פארצייטישן נוסח: אראפגעצויגן די הויזן ביז נאקעט, דאס צאפלדיג קינד ארויפגעלייגט אויפן אל״ף בי״ת טיש א קרבן לשם, און געגעבן אויפן לייב. און אוי, האט דאס קינד געצאפלט.

אדער רבי פערלוואסער פון כיתה ד׳, א ירושלמי, א בייזליך פנים מיט שווארצע ציין, און דער רבי האט געהאט אן אינקוויזיציע פון עונשים, מיט כלערליי שלאג־אינסטרעמענטן, וואס ער האט אליינס מיט די אייגענע הענט באשאפן. קודם כל אז ער האט געשלאגן איז געגאנגען א רויך, ער האט געהאט א פלאכער לאט מעסטער, א ווירע, ארומגעבונדן מיט דיקע סקאטש טעיפ, דאס אומגליקליך קינד באפוילן אויסציען א אפענע האנט, דאן האט ער צו געפרעסט די ליפן ביז פורפל, און מיטן גאנצן כח גברא אריינדערלאנגט פייערדיגס, איינס צוויי דריי, ביז צען און אמאל מער. די תלמידים האבן זיך צוגעקוקט מיט א מאדנעם געמיש פון גרויס פחד און הנאה. און דאס קינד איז צוריק אויף זיין זיץ מיט בריעדיגע אפגעפרעגלטע האנטפלאכן, און זיך געריבן די הענט אויף זיינע הויזן הין און צוריק מרוב יסורים.

און אז האסט גערעדט מיאוס, שמוציג געמאכט דאס מויל, האט דער רבי פון א שיפלוד אונטערן טיש ארויסגענומען א פלעשל עסיג, דיר געהייסן אויפמאכן ס׳מויל און דיר אריינגעגאסן עסיג אין פיסקל אריין אז דו האסט זיך מאמענטאל געווינטשן דעם טויט.

און דא האט זיך שוין געטון א נעסט פון מוסרים — תלמידים וואס האבן געמסרט צו די רביס ווייל דער רבי דא האט זיי גרינג געגלויבט. משה׳לע מסר׳ט יענקעלע, כאפט יענקעלע פעטש, און צומארגנס מסר׳ט יענקעלע משה׳לען פאר נקמה, טראכט עפעס אויס, כאפט יעצט משה׳לע. במיוחד האבן מיר געליטן פון דער באקאנטער מסור-קעצל קרויס. אז ער האט געוואלט נקמה נעמען האט ער געוואוסט וויאזוי מען פאר׳מסר׳ט און מיט הנאה זיך צוגעקוקט ווי דער רבי טיילט אריין זיין קרבן אחת ואחת. א רוח אין זיין טאטן אריין.

כיתה ה׳ איז געווען א זיסער רבי, דער באליבטער ר׳ חאצקל, א גוטער מעשה פארציילער אבער די הענט זיינע האט ער נישט געהאלטן ביי זיך, און אן ווארענונג, קיינמאל האט ער קיין קינד נישט גערופן צום טיש אפנעמען א משכנתא, נאר ווי א בליץ אינמיטן העלן טאג, ווי א פלוצימע ערד ציטערנישט, האט מען פלוצים געפילט א גאָס שלאקס פעטש.

דערפאר, אז דער רבי האט אזוי ארום שפאצירט איבערן כיתה האבן זיך אלע געהיטן די באקן, ווי פון שמייקע קינדער כאפער ביי די קאנטעניסטן, ווייל קיינער האט נישט געוואוסט ווער עס קומט נעקסט אדער פאר וועלעכע סיבה מען קען כאפן.

כיתה ו׳, ר׳ יוסף לייבוש, א קאנטשיק האט ער געהאט א פארצייטישן, א פערדן קאנטשיק, און מיט דעם דערלאנגט ווען מען דארף, פון אלע זייטן, פון קאפ ביז פיס, וואו די השגחה האט געפירט. ווייל ר׳ יוסף לייבוש האט געשלאגן ווען ס׳האט אים געכאפט א בייזער, און דערפאר האבן זיינע שלעק געטראגן דעם רושם ווי מען שטויסט אוועק אן אנטשעפיק הינטל, און נישט נוסח עונש למען ישמעו ויראו – מעשה אינקוויזיטאר.

כיתה ז׳ רבי שניידאק, דאס איז שוין געווען א כראנישער שלעגער, דער האט געשלאגן און מבזה געווען, און בכלל געווען דעם קינדס א שונא. נישט בחינם האט פלוני געזאגט אויף אים ימח שמו זאל ער ווערן, און אנדערע האבן זיין נאמען פארשוועכט דורך׳ן אים רופן „רבי ליידאק“ אדער גאר „רבי שנייקאק“, אבער בלויז שטילערהייט, אז דער רבי זאל נישט הערן, ווייל האט ער יא געהערט, האט ער דיר אהערגערופן און געהייסן אויסשטרעקן א האנט, דיר אפיר נעמען אז דו וועסט האבן אויף וואס צו זידן, און דאס האט ער נישט געטון מעשה מחנך, נאר מעשה טיראן. ער האט זיך געמאכט א שונא פון יעדן קינד. קינדער שוין פון צוויי כיתות אראפ האבן געהערט וועגן זיין אכזריות, און געציטערט דעם טאג וואס מען גייט אריינפאלן אין די הענט פון דעם „רשע“.

נו, פארשטייט איר שוין אצינד אז מיטן רבין אין כיתה ח׳, אז ער האט גארנישט נישט געשלאגן איז עס געווען די מדובר אין מויל פון יעדעס קינד אין גאנצן בנין החדר, און געווארט האבן מיר אלע, ווען קומט שוין דער טאג, און מיר לערנען אין כיתה ח׳.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.