פֿאַר וואָס זענען די דרײַ פּאַציפֿישע אינדזלען צווישן ישׂראלס בעסטע פֿרײַנד?Why are these three Pacific islands among Israel’s best allies?
אין די קלענסטע לענדער אויף דער וועלט, קען אַפֿילו אײן מענטש אָדער געשעעניש בײַטן די אויסלאַנד־פּאָליטיק.
איבער דער מלחמה קעגן כאַמאַס און דער סיטואַציע אין עזה איז ישׂראל געוואָרן די טעמע פֿון אַ סך באַהאַנדלונגען אין דער יו־ען. יעדעס מאָל וואָס די יו־ען־מיטגלידער שטימען פֿאַר רעזאָלוציעס אין באַצוג צו דעם קאָנפֿליקט, רײַסן רובֿ לענדער אַראָפּ די מעשׂים פֿון דער ישׂראלישער רעגירונג און אַרמײ. נאָר עטלעכע לענדער שטעלן זיך כּמעט שטענדיק אויפֿן צד פֿון ישׂראל.
צווישן זײ: די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָפֿט באַצייכנט ווי די גרעסטע אַליִיִרטע פֿון ישׂראל אויף דער וועלט. קאַנאַדע, בריטאַניע און אויסטראַליע שטיצן ישׂראל אָפֿטער ווי אַנדערע לענדער. דאָס זענען פֿיר לענדער — אָבער ווען די יו־ען־מיטגלידער האָבן באַהאַנדלט דעם סטאַטוס פֿון רמת הגולן האָבן אַכט לענדער, נישט פֿיר, געשטימט מיט ישׂראל. די פֿינפֿטע שטים איז אַוודאי געווען די פֿון ישׂראל אַלײן. וואָס זענען געווען די אַנדערע דרײַ? מיקראָנעזיע, פּאַלאַו און די מאַרשאַל־אינדזלען — לענדעלעך אינעם פּאַציפֿישן אָקעאַן, וואָס ווייניק מענטשן האָבן אַפֿילו געהערט פֿון זיי.
פֿאַר וואָס האָבן די דאָזיקע טראָפּישע אינדזל־לענדער אַ מײנונג וועגן דעם, וואָס פּאַסירט אינעם מיטל־מזרח? פֿאַר וואָס זאָרגן די מיקראָנעזיער וועגן די פּראָבלעמען פֿונעם ייִדישן לאַנד? קריטיקער פֿון ישׂראל טענהן, אַז דאָס איז די השפּעה פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווי געוועזענע קאָלאָניעס פֿון דײַטשלאַנד און יאַפּאַן, זענען די דרײַ אַרכיפּעלאַגן קאָנטראָלירט געוואָרן דורך אַמעריקע נאָך דער צווײטער וועלט־מלחמה.
אין די 1980ער יאָרן האָבן זײ באַקומען אומאָפּהענגיקײט, אָבער זײ האַלטן אָן ביז הײַנט נאָענטע באַציִונגען מיט די פֿאַראײניקטע שטאַטן לויט דעם „אָפּמאַך וועגן פֿרײַער אַסאָציאַציע‟. די פֿאַרשטענדיקונג גיט דער אַמעריקאַנער אַרמײ דאָס רעכט צו ניצן די טעריטאָריע פֿון די געוועזענע קאָלאָניעס פֿאַר אירע מיליטערישע אָפּעראַציעס, טרענירונג און פֿאָרשונג. ווי אַן אויסבײַט, קריגן די רעגירונגען פֿון די דרײַ לענדער הומאַניטאַרע הילף, פֿאַרשײדענע סובסידיעס, און זײערע אײַנוווינער קענען וווינען און אַרבעטן אין אַמעריקע אָן וויזעס.
דעריבער האַלטן אַ סך מענטשן, אַז דער פּראָ־ישׂראלישער שטאַנדפּונקט פֿון די פּאַציפֿישע אינדזלען איז פּשוט אַן אומפֿאָרמעלער טײל פֿונעם אָפּמאַך מיט די פֿ״ש און נישט קײן אומאָפּהענגיקער באַשלוס זײערער. אפֿשר קלינגט דאָס גלײבלעך, אָבער די רעאַליטעט איז קאָמפּליצירטער. די השערה וועגן דעם אַמעריקאַנער אײַנפֿלוס וואָלט געהאַט אַ זין, ווען די גאַנצע אויסלאַנד־פּאָליטיק פֿון די דרײַ לענדער וואָלט קאָפּירט די פֿון אַמעריקע ווי אַ שפּיגל. עס איז אָבער נישט אַזוי.
אין דער צײַט ווען פּאַלאַו אָנערקענט די אומאָפּהענגיקײט פֿון טײַוואַן, רופֿט מיקראָנעזיע כינע אַ וויכטיקער פּאַרטנער. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז מיקראָנעזיע געווען דאָס אײנציקע פּאַציפֿישע לאַנד, וואָס האָט איבערגעריסן זײַנע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט רוסלאַנד איבער דער מלחמה אין אוקראַיִנע. כאָטש פּאַלאַו און די מאַרשאַל־אינדזלען זענען נישט קײן אַליִיִרטע פֿון רוסלאַנד, האַלטן זײ אָן ביז הײַנט פֿאָרמעלע באַציִונגען. דאָס ווײַזט, אַז די דרײַ לענדער נעמען אָן זײערע אײגענע באַשלוסן און קענען האָבן פֿאַרשײדענע מײנונגען.
אפֿילו זײער שטיצונג פֿאַר ישׂראל איז נישט אָן געוויסע באַדינגונגען. זי הענגט אָפּ פֿון די נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿון יעדן לאַנד און די אָנשויונגען פֿון זײערע אײַנוווינער. צווישן די יאָרן 2015 און 2023 למשל האָט די מאַרשאַלישע יו־ען־אַמבאַסאַדאָרין געשטימט פֿאַר ישׂראל 121 מאָל. אין 18 פֿאַלן האַט זי זיך אָפּגעהאַלטן, און נאָר אײן מאָל האָט זי אָפּגעשטימט קעגן ישׂראל. דאָס איז נישט געווען קײן צופֿאַל — די טעמע פֿון יענער רעזאָלוציע איז געווען נוקלעאַרע וואָפֿנס אינעם מיטל־מזרח. די מאַרשאַל־אינדזלען האָבן אַן אויסגעהאַלטענע אַנטי־נוקלעאַרע פּאָליטיק, ווײַל זײ האָבן במשך פֿון די 1950ער יאָרן געליטן פֿון די עקאָלאָגישע נאָכווייען פֿון די אַמעריקאַנער נוקלעאַרע אויספּרוּוווּנגען.
מען קען זאָגן, אַז די שטימען פֿאַר ישׂראל זענען אויך באַוווּסזיניק און דורכגעטראַכט. און וואָס מאָטיווירט זיי? די „ייִדיש־קריסטלעכע סאָלידאַריטעט‟ ווערט אָפֿט דערמאָנט ווי אַ סיבה, אָבער אין אַ סך פֿאַלן איז עס טאַקע אַ דאַנק בלויז אײן מענטש אָדער משפּחה — דאָס איז גענוג, ווען די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד איז אַ פּאָר טוץ טויזנט מענטשן.
אין פּאַלאַו, למשל, האַלט מען דעם ייִדן סטיואַרט בעק פֿאַר אײנעם פֿון די גרינדער פֿון דער נאַציאָנאַלער מלוכהשאַפֿט. בעק איז געווען אַן אַמעריקאַנער יוריסט, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט אַ פּאַלאַויִשער פֿרוי און אָנטײלגענומען אין דער אויסאַרבעטונג פֿונעם אָפּמאַך וועגן פֿרײַער אַסאָציאַציע צווישן פּאַלאַו און די פֿאַראײניקטע שטאַטן. דערפֿאַר איז ער דערקלערט געוואָרן פֿאַר אַן ערן־בירגער פֿון דער יונגער פּאַציפֿישער נאַציע. שפּעטער האָט ער אויך געאַרבעט ווי דער ערשטער יו-ען־אַמבאַסאַדאָר פֿון פּאַלאַו און פֿלעגט שטימען פֿאַר ישׂראל.
פּאַלאַויִשע פּאָליטיקער האָבן ביז הײַנט גוטע זכרונות פֿון זײער ייִדישן קאָלעגע, וואָס האָט אַ סך געטאָן פֿאַרן קלײנעם אינדזל־לאַנד. זײער דויערנדיקע שטיצונג פֿאַר ישׂראל ווערט דערקלערט כאָטשבי טיילווײַז דורך זײער רעספּעקט פֿאַר בעקס מעשׂים און אָנשויונגען.
ענלעכע געשיכטעס געפֿינט מען אויך בײַ אַנדערע פּאַציפֿישע לענדער. נאַורו, וואָס איז קײנמאָל נישט קאָלאָניזירט געוואָרן דורך די פ״ש, שטימט פֿאַר ישׂראל אָפֿטער ווי רובֿ לענדער אַדאַנק שאָן אָפּענהײַמער, דעם זון פֿון אַ ייִדישן אימיגראַנט פֿון אירלאַנד און אַן אָרטיקער פֿרוי. אָפּענהײַמער איז אײנער פֿון די רײַכסטע געשעפֿטסלײַט אינעם לאַנד, אַ געוועזענער מיטגליד פֿונעם נאַורויִשן פּאַרלאַמענט און אַן ערן־קאָנסול פֿון ישׂראל. אויף אַן אינדזל מיט נאָר 10 טויזנט אײַנוווינער איז נישט קײן חידוש, אַז די ליבע פֿון נאָר אײן מענטש צו ישׂראל קען באַאײַנפֿלוסן די פּאָליטיק פֿון דער גאַנצער מלוכה.
צומאָל דאַרף מען אַפֿילו נישט קײן מענטש מיט אַ פּערזענלעכער פֿאַרבינדונג צו ישׂראל. נאָך אַן אינדזל־לאַנד, טאָנגאַ, האָט צום ערשטן מאָל אָפּגעשטימט פֿאַר ישׂראל אין אָקטאָבער 2023. פּונקט דעמאָלט איז דאָ אין ישׂראל געווען אַ גרופּע קריסטלעכע פּילגרימען פֿון טאָנגאַ, וואָס זענען אָנגעקומען נישט לאַנג פֿאַרן אָנפֿאַל פֿון כאַמאַס אויף די קיבוצים לעבן עזה. צוליב דעם אָנפֿאַל זענען אָפּגעשאַפֿן געוואָרן אַ סך פֿליִען פֿון ישׂראל, און די פּילגרימען האָבן נישט געקענט זיך אומקערן אַהיים אין משך פֿון עטלעכע וואָכן.
אין אַ לאַנד אַזוי קלײן ווי טאָנגאַ, איז די זאָרג וועגן זייערע פּילגרימען געווען אַ גרויסע טעמע פֿאַר די נאַציאָנאַלע נײַעס — גרויס גענוג צו בײַטן די פּאָליטישע פּאָזיציע אין באַצוג צו ישׂראל. וואַרטנדיק אויף זײערע לאַנדסלײַט, האָבן אַ סך טאָנגאַנער אָנגעהויבן סימפּאַטיזירן מיט אַלע, וואָס געפֿינען זיך איצט אין ישׂראל.
די ישׂראלישע רעגירונג ווײסט אַז זי האָט פֿרײַנד אינעם פּאַציפֿישן אָקעאַן און העלפֿט צומאָל די קלײנע אינדזל־לענדער מיט הומאַניטאַרע פּראָיעקטן. אין נאַורו, צום בײַשפּיל, האָט ישׂראל פֿינאַנצירט די בויונג פֿון אַ נײַער וואַסער־רײניקונג־אינסטאַלאַציע.
הײַנט דאַרפֿן די פּאַציפֿישע לענדער נאָך מער הילף ווי פֿריער. דער ים־ניוואָ, וואָס שטײַגט צוליב דער וועלט־אָנוואַרעמונג, איז אַן ערנסטע סכּנה פֿאַר די קלײנע אַרכיפּעלאַגן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor