Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּרעמירטער ישׂראלדיקער פֿילאָסאָף באַשרײַבט זײַן וויזיע פֿון ראַדיקאַלן הומאַניזםPrizewinning Israeli philosopher describes his vision of radical humanism

עמרי בעהם איז דער מחבר פֿון אַן אוטאָפּישן טראַקטאַט, „חיפֿער רעפּובליק“, װעגן אַ צוקונפֿטיקער דעמאָקראַטישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל

זינט אָקטאָבער 2023 האָבן די לינקע גענומען קריטיקירן מדינת־ישׂראל שטאַרקער װי ווען ניט איז. טײל מאָל איז די קריטיק אַריבער די גרענעץ פֿון אַנטיסעמיטיזם. בכלל האָט זיך לעצטנס אַ הײב אױף געטאָן די שׂינאת־ישׂראל. פֿאַר אײן גאַנג האָט מען, דער עיקר בײַ לינק־געשטימטע ייִדן, פֿון ס׳נײַ אָנגעהױבן צו דיסקוטירן װעגן ציוניזם און זײַנע אַלטערנאַטיװן.

אָט די דאָזיקע טעמעס — ציוניזם, אַנטיציוניזם און אַנטיסעמיטיזם — האָט מען אױך באַרירט אין אַ שמועס צװישן צװײ ישׂראלדיקע אינטעליגענטן, עמרי בעהם און עװאַ אילוז, סוף מאַרץ אין לײַפּציג, דײַטשלאַנד.

פֿאַר װאָס דװקא אין לײַפּציג? אױפֿן דאָרטיקן ביכער־יריד האָט מען צוגעטײלט בעהמען די הײַיאָריקע בוך־פּרעמיע פֿאַר אײראָפּעיִשער פֿאַרשטענדיקונג. װאָס אַן אמת, שרײַבט ניט בעהם, אַ ישׂראלדיקער פֿילאָסאָף און אַ פּראָפֿעסאָר אין ניו־יאָרק, ספּעציעל װעגן אײראָפּע. נאָר װאָס דען, ער האָט באַקומען די פּרעמיע פֿאַר זײַן בוך „ראַדיקאַלער אוניװערסאַליזם“. דאָרט לײגט ער פֿאָר צו „ראַטעװען“ די הײַנטצײַטיקע מערבֿדיקע געזעלשאַפֿט דורך אַ באַנײַטן, ראַדיקאַלן הומאַניזם; איז דאָס ממילא אױך אַ רפֿואה פֿאַרן אײראָפּעיִשן קאָנטינענט.

אין דעם בוך קלײַבט זיך בעהם צוריק אױפֿשטעלן די השׂגה פֿון אַלגעמײנער מענטשלעכקײט און אַזױ אַרום גובֿר זײַן די הערשנדיקע פּריזמע פֿון אידענטיטעט פֿון אײן זײַט און די ניט־ערנסטע, צינישע באַציִונג צו אַזױנע באַגריפֿן װי „מענטשלעכקײט“ פֿון דער צװײטער זײַט. די טעמע איז הײַנט אַ מאָדישע. אױך אַנדערע מחברים האָבן זיך לעצטנס פֿאַרנומען מיט דער סוגיא פֿון אידענטיטעט און אוניװערסאַליזם, צװישן זײ — יאַשע מונק און סוזען נײַמאַן.

ס׳איז אַ סבֿרא אַז מיט דער לײַפּציגער אױסצײכענונג האָט מען אױך אין זינען געהאַט אַ זײַטיקן מײן. בעהם האָט ניט נאָר אָנגעשריבן ביכער װעגן אימאַנועל קאַנט און אוניװערסאַלע װערטן, נײַערט אױך אַן אוטאָפּישן טראַקטאַט, „חיפֿער רעפּובליק“, װעגן אַ צוקונפֿטיקער דעמאָקראַטישער מלוכה אין ארץ־ישׂראל.

אױפֿן לײַפּציגער ביכער־יריד האָט בעהם טאַקע ניט אײן מאָל גערעדט װעגן עניני־דיומא — װעגן ישׂראל און פּאַלעסטינע, אין רעדעס און אױך בעתן דערמאָנטן שמועס מיט דער סאָציאָלאָגין עװאַ אילוז. אױף אָט דער טרעפֿונג האָבן בעהם און אילוז אַרומגערעדט די השפּעה פֿונעם זיבעטן אָקטאָבער און זײַנע נאָכװײענישן אױף זײער אייגענעם וועלטבאַנעם.

מיט די „נאָכװײענישן“ איז מען דערעיקרשט אױסן געװען דעם אָפּרוף אױפֿן אומגליק פֿון זיבעטן אָקטאָבער מצד די מערבֿדיקע לינקע אינטעליגענטן. אילוז האָט אָנגעהױבן מיט אַן אינטערעסאַנטן פֿאַרגלײַך — טענהנדיק אַז די רעאַקציע פֿון די לינקע האָט געװירקט אױף איר אַן ערך אַזױ, װי ניקיטאַ כרושטשאָװס אָפּװאַרפֿן דעם סטאַליניזם אין 1956 האָט בשעתּו געװירקט אױף די אינטערנאַציאָנאַלע לינקע. כרושטשאָװס מודה זײַן די סטאַליניסטישע פֿאַרברעכנס האָט דעמאָלט בײַ אַ סך מענטשן געמאַכט אַ תּל פֿון זײער װעלטבאַנעם. אָט אַזאַ האַרבע אַנטױשונג האָט זי איבערגעלעבט אין משך פֿון די לעצטע חדשים.

ביזן זיבעטן אָקטאָבער האָט אילוז געגלײבט אַז צום װינציקסטן זאָלן פֿאַרברעכנס קעגן דער מענטשלעכקײט זײַן אַן אוניװערסאַלער װערט; אַז אַלע װעלן אָפּמישפּטן אַזױנע סאַדיסטישע מעשׂים־תּעתּועים װי כאַמאַס האָט אָפּגעטאָן יענעם שװאַרצן שבת. נאָר פֿון די רעאַקציעס שױן אין די ערשטע טעג האָט זי באַלד אָפּגעלערנט אַז מיר ייִדן זײַנען, װײַזט אױס, ניט פֿאַררעכנט פֿאַר קײן טײל פֿון דער מענטשהײט, אַז בנוגע צו ייִדן איז מענטשלעכקײט ניט שײך.

דערבײַ האָט זי אױסגערעכנט דרײַ סאָרטן רעאַקציעס אויף די אַטאַקן מצד כאַמאַס: אײנס — באַגײַסטערונג, צװײ — שװײַגן, און דרײַ — פּראָטעסטירן קעגן פֿאַרברעכנס, אָבער נאָר אַזױנע װאָס מדינת־ישׂראל טראָגט פֿאַר זײ דאָס אַחריות.

עמרי בעהם האָט געענטפֿערט אַז בײַ אים איז דאָס אין דער אמתן קײן חידוש ניט געװען, ניט געקוקט אױפֿן װידערגעפֿיל װאָס ס׳האָבן בײַ אים אַרױסגערופֿן אַזױנע רעאַקציעס. שױן יאָרן לאַנג האָט ער געװאַרט אױפֿן מאָמענט װען מע׳ט אין ישׂראל שרײַען „אַנטיסעמיטיזם!“, און דעמאָלט װעט עס טאַקע זײַן אַנטיסעמיטיזם, נאָר קײנער װעט אונדז שױן מער ניט גלײבן.

לויט בעהמען זײַנען דאָ דרײַ הױפּט־סיבות פֿאַר דעם. ראשית, שױן אַ לאַנגע צײַט װאָס די ישׂראלדיקע רעגירונג באַניצט זיך מיט דער באַשולדיקונג אין אַנטיסעמיטיזם אױף אַ צינישן אופֿן, לשם פּאָליטישע צװעקן. והשנית, אַפֿילו ליבעראַלע ציוניסטן אין ישׂראל זײַנען אָפֿט מאָל גרײט זיך צו מאַכן ניט װיסנדיק װען ס׳גײט װעגן די עװלות קעגן פּאַלעסטינער און דאָס אָפּנעמען בײַ זײ געװיסע רעכט. בלױז אַ קלײנע צאָל אינטעליגענטן האָט זיך באַמיט, ערשטנס, אױסצושטימען ציוניזם מיט פֿולע רעכט פֿאַר די פּאַלעסטינער תּושבֿים און צװײטנס, צו מאַכן אַ קלאָרן אונטערשייד צװישן דעם אָפּװאַרפֿן געװיסע שיטות פֿון ציוניזם פֿון אײן זײַט און אַנטיסעמיטיזם פֿון דער צװײטער זײַט.

צו דערצו איז דאָ נאָך אַ װיכטיקער גורם, װאָס בעהם האָט דערמאָנט: די פֿילאָסאָפֿישע נטיה אָפּצוּװאַרפֿן הומאַניזם און ליבעראַליזם בכלל. אַזױ װי דער באַנעם פֿון אוניװערסאַלע װערטן איז אַ פּועל־יוצא פֿון דער אײראָפּעיִשער אױפֿקלערוננג, איז ער דאָך ממילא געקניפּט און געבונדן מיטן ראַסיזם, װאָס האָט זיך אױסגעפּיקט אין דער זעלביקער צײַט. בעהם אַלײן איז ניט מסכּים מיט אַזאַ ראַדיקאַלער קריטיק, נאָר ער האָט באַמערקט אַז זי װערט אַלץ פּאָפּולערער בײַ זײַנע אַמעריקאַנער סטודענטן. אַזױ אַרום האָט אים ניט איבערגעראַשט די קאַלטע און אַפֿילו ביטולדיקע באַציִונג צו די ישׂראלדיקע קרבנות פֿונעם זיבעטן אָקטאָבער.

אַחוץ דער ישׂראלדיקער היפּאָקריטסטװע און אַ מין פּאָסט־הומאַניזם איז דאָ נאָך אַ פֿאַקטאָר: אַ מין מעטאַפֿיזישער אַנטיסעמיטיזם. מע טשעפּעט זיך צו די ייִדן און צו דער ייִדישער מדינה מער װי צו װעלכער זאָל ניט זײַן מלוכה אױף דער װעלט.

צוריקגערעדט, טענהט בעהם, טשעפּעט מען דװקא מדינת־ישׂראל דערפֿאַר װײַל מע האַלט זי פֿאַר אַ ליבעראַלער דעמאָקראַטיע. אירע מערבֿדיקע שטיצער האַלטן אַזױ לשבֿח, אירע פֿײַנט — לגנאַי. לױט בעהם זײַנען זײ בײדע ניט גערעכט.

בעהם און אילוז האָבן בײדע אין 2021 אונטערגעחתמעט די ירושלימער דעקלאַראַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם און שפּעטער, נאָכן זיבעטן אָקטאָבער, געהאַט חרטה דעריבער. מיט דער ירושלימער דעקלאַראַציע האָט מען זיך אָפּגערופֿן אױף אַ פֿריִערדיקער דעפֿיניציע פֿון אַנטיסעמיטיזם װאָס האָט ניט געמאַכט קײן קלאָרן אונטערשײד צװישן אַנטיציוניזם און אַנטיסעמיטיזם.

עװאַ אילוז האָט מודה געװען אַז איר איז דעמאָלט ניט געװען גענוג קלאָר װאָסער מין װידערקול די ישׂראל־קריטיק קען האָבן אין אױסלאַנד; ס׳קומט אַ מאָל אױס אַז — אַ בפֿירוש אַנטיסעמיטישן װידערקול. ס׳איז אײן זאַך װען ישׂראלדיקע אַקטיװיסטן טענהן אַז זײער רעגירונג האָט אײַנגעשטעלט אַן אַפּאַרטהײד־רעזשים בנוגע צו די פּאַלעסטינער אײַנװױנער, אַ צװײטע זאַך אָבער — װען מע טענהט אַזױ בײַ די אומות־העולם און איז דערמיט טײל מאָל אױסן אַז אַזאַ מלוכה האָט ניט קײן רעכט אַפֿילו צו עקזיסטירן.

בעהם גיט צו אַז, כאָטש ער האַלט ניט פֿון מאַכן אַ באַגריף פֿאַר עפּעס אַ פֿעטיש, איז פֿאָרט כּדאַי מע זאָל קענען אָנרופֿן דעם אמת בײַם ריכטיקן נאָמען — רעדנדיק, למשל, װעגן אַפּאַרטהײד.

ער אַלײן האָט לכתּחילה ניט אין גאַנצן מסכּים געװען מיט דער ירושלימער דעקלאַראַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם, נאָר זיך אונטערגעשריבן, כּדי צו טאָן אַ טובֿה אַ פּאַלעסטינער גוטן־פֿרײַנד. איצט זעט ער אײַן אַז ס׳איז געװען אַ טעות. ער האָט געטענהט אַז אין דער דעקלאַראַציע האָט מען זיך ניט גענוג קלאָר אַרױסגעזאָגט פֿאַרן רעכט פֿון ארץ־ישׂראלדיקע ייִדן אױף נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע.

דערבײַ מײנט אַלײן־פֿאַרװאַלטונג ניט דװקא מלוכהשאַפֿט, ניט דװקא דאָס האָבן די ערשטע דעה אין לאַנד און געװעלטיקן איבער אַלע אַנדערע פֿעלקער, האָט בעהם דערקלערט. אױב אַזױ, מעג מען זיך יאָ אַקעגנשטעלן אַ שטײגער אַזאַ סאָרט ציוניזם װאָס נעמט אָפּ בײַ די פּאַלעסטינער זײערע רעכט, כּל־זמן מע לײקנט ניט דװקא אינעם ייִדישן רעכט אױף נאַציאָנאַלער אַלײן־באַשטימונג. לויט אַזאַ באַנעם נאָך זײַנען געװיסע מינים אַנטיציוניזם ניט דװקא פֿאַררעכנט פֿאַר אַנטיסעמיטיזם.

בעהם אַלײן האָט זיך טאַקע אַרױסגעזאָגט פֿאַר אַ װיזיע פֿון אַ פּאַלעסטינער רעפּובליק, אַ שותּפֿישער פֿעדעראַציע אין װעלכער ייִדן און אַראַבער װעלן זײַן בירגער מיט גלײַכע רעכט — ניט נאָר װי יחידים, נאָר אױך װי צװײ באַזונדערע פֿעלקער מיט אַ רעכט אױף נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע.

בעהם איז אַװדאי ניט דער אײנציקער און ניט דער ערשטער ציוניסט װאָס האָט געחלומט פֿון אַזאַ מין צװײ־פֿעלקער־שטאַט. אַפֿילו אין די 1950ער יאָרן זײַנען געװען ציוניסטן אין מדינת־ישׂראל גופֿא װאָס האָבן ניט געהאַלטן פֿון ייִדישער מלוכהשאַפֿט און פּאָליטישער סוּװערעניטעט.

די פּאַרטײ „איחוד“, למשל, האָט דעמאָלט געװאָלט שאַפֿן אַ שטאַט פֿון צװײ נאַציעס און אַפֿילו זיך אָנגענומען די קריװדע פֿון די אַראַבער פּליטים. נתן חפֿשי פֿונעם „איחוד“ האָט זיך אַחוץ דעם באַקלאָגט אַז דאָס פֿאָלק ישׂראל נעמט אַריבער צו זיך פֿון די אומות־העולם אַזעלכע שלעכטע מידות װי פֿאָטערלאַנד־גאװה, נאַציאָנאַליסטישע גרױסהאַלטערײַ און מיליטאַריזם. װי ס׳האָט זיך אױסגעדריקט דער אַרגענטינער אַנאַרכיסט יונה גאָראָדיסקי: „אַלץ־אַלץ, זאָל עס פֿעלן אַ האָר, װי די אַלע פֿעלקער־פּריצים, װאָס האָבן אונדז נעכטן געטראָטן מיט די שטיװל אױפֿן האַלדז!“

װאָס שײך די טענות אַקעגן אַזאַ „כּכל־הגוייִמדיקײט“, האָט חפֿשי געהאַט נאָך חבֿרים־לדעה אין חוץ־לאָרץ: די ייִדישע טעריטאָריאַליסטן, מיט יצחק־נחמן שטײנבערג בראש. שטײנבערגס „פֿרײַלאַנד־ליגע“, װאָס איז שפּעטער מגולגל געװאָרן אין דער „ייִדיש־ליגע“, האָט געזוכט אַ טעריטאָריע װוּ אַ קאָלעקטיװ ייִדן קען זיך באַזעצן און אײַנאָרדענען אַן אַלײן־פֿאַרװאַלטונג — אָן קײן אײגענער מלוכה.

פּונקט װי חפֿשי האָט שטײנבערג געװאָרנט אַז דאָס אָנפֿירן מיט אַ מלוכה שטימט ניט אײַן מיט די עיקרים פֿון ייִדישקײט און אַז אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל װעט בלית־ברירה באַדריקן די ניט־ייִדישע תּושבֿים. „פֿאַראַן אַן אונטערשײד, טיף װי אַ תּהום, צװישן ייִדן אַלס אַ פּאָליטישע נאַציע, און די ייִדן אַלס גײַסטיק פֿאָלק,“ לײענען מיר בײַ שטײנבערגן, אין „אױפֿן שװעל“ פֿון מײַ 1948. דאָרט ציטירט ער אױך אַחד־העם װאָס האָט אין 1922 געפֿרעגט: „איז דאָס דער חלום פֿון שיבֿת־ציון: אַז מיר זאָלן קומען קײן ציון און באַפֿלעקן זײַן באָדן מיט אומשולדיק בלוט?“ שטײנבערג גיט צו אַז עכטע מלוכה־מענער װעלן ממילא ניט קענען בױען קײן „לאַנד פֿון שלום און יושר“. שלום מײנט דאָך נאָך אַלעמען ניט מיליטערישער נצחון, נאָר פֿרײַנדשאַפֿט און שותּפֿות צװישן יחידים און פֿעלקער.

אױך עמרי בעהם האָט אַװעקגעשטעלט שלום און פֿרײַנדשאַפֿט װי דעם װיכטיקסטן מאָראַלישן אַרױסרוף. זײַן הומאַניזם מײנט אין דער פּראַקטיק טאַקע חבֿרשאַפֿט, דאָס דורכשמועסן זיך פֿראַנק און פֿרײַ צװישן פֿרײַנד און דאָס בשותּפֿותדיקע קעמפֿן פֿאַר גלײַכע רעכט. עכטע פֿרײַנד דאַרפֿן דערבײַ אײנער דעם צװײטן קענען זאָגן „דעם רעכטן אמת“. רעדנדיק אין לײַפּציג װי דער בעל־הפּרעמיע, האָט בעהם דערמאָנט אַזאַ מין אמת: ער שעמט זיך מיט דעם װאָס מע באַרעכטיקט דעם חורבן פֿון עזה װי „זעלבסטשוץ“ און „פֿאַרטײדיקונג“. אױב ער װעט זיך איצט ניט אױפֿשטעלן אַקעגן אַ װײַטערדיקן גירוש פֿון די פּאַלעסטינער אין עזה, װעט ער זיך שעמען זײַנע פּאַלעסטינער פֿרײַנד צו קוקן אין די אױגן.

אַז מיר קוקן אױף צוריק, זײַנען ייִדישע פּאַציפֿיסטן און אַנאַרכיסטן אַזעלכע װי חפֿשי און שטײנבערג אפֿשר טאַקע געװען גערעכט מיט זײערע מאָראַלישע טענות און זײער אומצוטרױ צו אַ ייִדישער מלוכה. אין פֿעברואַר 1948 האָט שטײנבערג, אױך אין „אױפֿן שװעל“, באַמערקט אַז פֿאַר אַ שטאַט װעט דער מלוכה־אינטערעס אַלע מאָל איבערשטײַגן די „פֿאָדערונגען פֿון מענטשלעכקײט און שׂכל־הישר“: „װאָס פֿאַר אַ ראָלע, מישטײנס געזאָגט, שפּילט דערבײַ בײַ דער מלוכה־מאַשין דאָס ברעקל לעבן פֿון דעם אײנצלנעם יחיד?“

לאַוראַ אַלמגור, אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדישן טעריטאָריאַליזם, האַלט אָבער אַז אַזאַ אױספֿיר איז ניט איבעריק אינטערעסאַנט. נאָר װאָס דען, די געשיכטע פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער באַװעגונג לאָזט הערן וועגן דער ברײטער גאַמע פּאָליטישע אָפּציעס װאָס זײַנען אַ מאָל געװען בײַ ייִדן. מע קען אָפּלערנען פֿון דער געשיכטע אַז טעריטאָריאַלע אַמביציעס האָבן בײַ ייִדן ניט אַלע מאָל אַרײַנגענומען מלוכישן מיליטאַריזם, צי דאָס אַרױסזעצן די פֿריִערדיקע אײַנװױנער. געװען אַפֿילו אַנטי־מלוכישע ציוניסטן אין מדינת־ישׂראל, אַזעלכע װי חפֿשי.

פֿון דער צװײטער זײַט קענען מיר אָפּענטפֿערן אַזאַ קריטיקער װי שאול מגיד, װאָס רופֿט זיך הײַנט אַ „קאָנטער־ציוניסט“, אַז מע קען פֿאָרט זײַן אַ ציוניסט און נאָך אַלץ האַלטן פֿון הומאַניזם, זיך אײַנהערן צום מוסר פֿון די נבֿיאים און געדענקען די װערטער פֿון סידור אַז „המלכות שלך היא“. והא־ראַיה, אַפֿילו אין די הײַנטיקע מאוימדיק פֿינצטערע צײַטן איז דאָ אַ שטײגער אַזאַ ציוניסט װי עמרי בעהם.

צי וועט זײַן װיזיע אַ מאָל זײַן מער װי דער חלום פֿון אַ קלײנער מינאָריטעט? שװער צו זאָגן נבֿיאות. דערװײַל האַלטן ס׳רובֿ גיכער מיטן אַמאָליקן רמטכּ״ל (הױפּט פֿון גענעראַל־שטאַב), משה דײן, װאָס האָט אין 1956 מספּיד געװען דעם יונגן קיבוצניק רועי ראָטבערג פֿון נחל־עוז, אַ קרבן פֿון פֿעדאַיון־מערדער, מיט אָט אַזעלכע ווערטער: „רועי — דאָס ליכט, װאָס אין זײַן האַרצן, האָט אים פֿאַרבלענדט, ער האָט ניט געזען דעם בלישטש פֿונעם חלף; די בענקשאַפֿט נאָך שלום האָט אים פֿאַרטױבט די אױערן און ער האָט ניט דערהערט דאָס קול פֿון די לאָקערנדיקע רוצחים; די טױערן פֿון עזה זײַנען געװען צו שװער פֿאַר זײַנע פּלײצעס און האָבן אים פֿאַרטיליקט.“ פֿון יענער זײַט גרענעץ איז דאָ אַ ים מיט שׂינאה, האָט געװאָרנט דיין, און געקומען צום אױספֿיר, אַז „אָן דעם שטאָלענעם העלם און אָן קײן האַרמאַטן קענען מיר ניט פֿאַרפֿלאַנצן קײן בײמער און ניט אױפֿבױען קײן הײַזער.“

דאָס זעלבע האָט פֿאָרױסגעזען דער ייִדישער הומאַניסט האַנס קאָהן שױן אין 1929 און דעריבער זיך מיאש געװען פֿון דער ציוניסטישער באַװעגונג. נאָר כּל־זמן ס׳זײַנען נאָך דאָ אַזעלכע פּרײדיקער פֿון מענטשן־ליבע אין ישׂראל װי בעהם, בלײַבט טאַקע אַ פֿראַגע צי ייִדישער הומאַניזם איז ניט מעגלעך אין מדינת־ישׂראל.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.