טשיקאַוועסן: וואַקסנדיקע קהילה אין טאַטאַרסטאַן באַקומט אַ רבֿTidbits: Growing Jewish community in Tatarstan gets rabbi
אין דער שטאָט, נאַבערעזשניִע טשעלני, האָבן ייִדן שוין אַפֿילו אָנגעהויבן בויען אַ שיל און קהילה־צענטער.

די שטאָט נאַבערעזשניע כעלני, טאַטאַרסטאַן Photo by flickr
Tidbits is a bi-weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
אין נאַבערעזשניִע טשעלני, טאַטאַרסטאַן, האָבן די ייִדישע אײַנוווינער לעצטנס באַקומען אַ רבֿ. הרבֿ חיים דוד פּאַיִר און זײַן פֿרוי, רביצין חיה צפּורה, זענען באַשטימט געוואָרן דורך די פֿירער פֿון חב״ד אָנצופֿירן מיט דער קהילה.
נאַבערעזשניִע טשעלני, די צווייט גרעסטע שטאָט אין דער טאַטאַרסטאַנער רעפּובליק, איז אַ הצלחהדיקע אינדוסטריעלע שטאָט, וואָס געפֿינט זיך צוויי מיט אַ האַלב שעה פֿון קאַזאַן.
הרבֿ פּאַיִר האָפֿט צו פֿאַרבעסערן די ייִדישע לערן־אַנשטאַלטן; העלפֿן די אָרעמע לײַט און אָרגאַניזירן אַ מנין מיט תּורה־קלאַסן. אַ הויפּטציל איז צוצוציִען די יונגע לײַט און באַקענען זיי מיט די ייִדישע טראַדיציעס.
די ייִדישע קהילה אין נאַבערעזשניע כעלני איז לעצטנס געוואָרן אַ סך מער אַקטיוו ווי פֿריִער, אָרגאַניזירנדיק אַ צאָל אונטערנעמונגען און פֿאַרזאַמלונגען. מע האָט שוין אַפֿילו אָנגעהויבן בויען אַ שיל און אַ ייִדישן קהילה־צענטער.
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.