אוידיאָ: ווי האָבן ייִדן אין פּוילן ערבֿ דעם חורבן פֿאַרשטאַנען דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם?Audio: How did Jews in Poland on the eve of the Holocaust perceive the rise in antisemitism?
דער היסטאָריקער בנימין מאָס באַשרײַבט ווי ייִדישע דענקער האָבן זיך באַצויגן צום גלות און צו דעם חלום פֿון ציוניזם.

דער היסטאָריקער בנימין מאָס Photo by the Yiddish Book Center
די ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם „דאָס ייִדישע קול“ האָט לעצטנס אינטערוויויִרט דעם ייִדישן היסטאָריקער בנימין מאָס (שיקאַגער אוניווערסיטעט) וועגן זײַן נײַ בוך, „אַ נישט־דערוויילט פֿאָלק: אַ פּאָליטישער חשבון־הנפֿש בײַ ייִדן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.“
אין דעם אינטערוויו, געפֿירט פֿון שלום ביינפֿעלד, באַשרײַבט מאָס ווי אַזוי די ייִדן אין פּוילן האָבן צווישן די וועלט־מלחמות אויסגעמאָלט זייער צוקונפֿט דאָרט. זעענדיק דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם און דעם דורכפֿאַל פֿון ליבעראַליזם האָבן געוויסע ייִדישע דענקער אין פּוילן געזוכט נײַע מיטלען צו פֿאַרשטיין דאָס אָרט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אַ פֿײַנטלעכער וועלט. צווישן די טעמעס וואָס יענע דענקער האָבן דעמאָלט דעבאַטירט איז געווען די אומבאַהאָלפֿנקייט פֿונעם לעבן אין גלות; די כּוחות פֿון נאַציאָנאַליזם און דעם חלום פֿון ציוניזם.
כּדי צו הערן דעם אינטערוויו גיט אַ קוועטש דאָ.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
