ווידעאָ: היסטאָריקער שמואל קאַסאָוו דערציילט מעשׂיות פֿון זײַן משפּחה־געשיכטעVIDEO: Historian Samuel Kassow shares stories about his family history
דער ווידעאָ איז טשיקאַווע סײַ פֿאַרן אינהאַלט סײַ פֿאַר קאַסאָווס נאַטירלעכן ליטוויש־ייִדיש

Courtesy of Yiddish Book Center
שמואל קאַסאָוו, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר אין טריניטי־קאָלעדזש אין האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקאָט גיט דאָ אַ ספּעציעלן אינטערוויו אין גאַנצן אויף ייִדיש מיט קריסטאַ וויטני בײַם ייִדישן ביכער צענטער.
דער ווידעאָ איז מערקווירדיק צוליב עטלעכע סיבות: ערשטנס, ווײַל בײַ די אַנדערע ווידעאָ־רעקאָרדירונגען פֿון אים רעדט ער וועגן טעמעס פֿון דער ייִדישער געשיכטע, בשעת דאָ רעדט ער וועגן זײַן אייגענער משפּחה־געשיכטע, אָנהייבנדיק מיט די באָבע־זיידעס אין ליטע און ווײַסרוסלאַנד.
צווייטנס, רעדט ער געוויינטלעך פֿאַרן עולם אויף ענגליש, אָבער דאָ רעדט ער אויף זײַן נאַטירלעכן ליטוויש־ייִדיש, גיבנדיק די צוהערער אַ זעלטענע געלעגנהייט צו הערן ווי עס קלינגט דער ליטוויש־ייִדישער דיאַלעקט: למשל, ער רעדט אָפֿט אַרויס דעם „אוי“ ווי „איי“, און דערצו הערט מען בײַ אים דאָס „סאַבעסדיקע [שבתדיקע] לשון“; דאָס הייסט, אַז דער „ס“ קלינגט בײַ אים אָפֿט ווי אַ „ש“, און דער „ש“ — ווי אַ „ס“.
אינעם ווידעאָ דערציילט קאַסאָוו עטלעכע שטעטל־מעשׂיות פֿון די באָבעס; וועגן די איבערלעבונגען פֿון זײַנע טאַטע־מאַמע אונטער די נאַציס; וועגן דעם פּאָליאַק, פּיאָטער, וואָס האָט געראַטעוועט זײַן מאַמען, און וועגן זײַנע אייגענע קינדעריאָרן אין ניו־הייווען, קאָנעטיקאָט.
צו זען דעם ווידעאָ גיט אַ קוועטש דאָ.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
