ווידעאָ: רבנו־תּם געזונגען פֿון חוה אַלבערשטיין און שמעון דזשיגאַןWATCH: Rabeynu Tam Sung by Chava Alberstein and Shimon Dzigan
זעט די טשיקאַווע אופֿנים ווי דער קאָמיקער באַגלייט די פּאָפּולערע זינגערין בעת זי שטעלט פֿאָר איציק מאַנגערס ליד.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לכּבֿוד דער דערשײַנונג פֿון בני מערס אַרטיקל וועגן חוה אַלבערשטיינס באַציִונג צו ייִדיש, שטעלן מיר ווידער פֿאָר דעם ווידעאָ, איינער פֿון אירע ערשטע אויפֿטריטן אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע אויף ייִדיש.
שמעון דזשיגאַן איז ניט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטער קאָמיקער און פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן הומאָר, נאָר אויך, אַ פּנים, אַ שטיקל מוזיקער.
אויף זײַן איינמאָליקער טעלעוויזע־אויפֿטריט אין ישׂראל, די איינציקע וואָס מע האָט דאָרט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש, האָט ער פֿאַרבעטן חוה אַלבערשטיין ווי זײַן „מוזיקאַלישן גאַסט‟. אַלבערשטיין האָט געזונגען עטלעכע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט איציק מאַנגערס „רבנו־תּם‟ פֿון זײַנע „מגילה־לידער‟. בעת אַלבערשטיין זינגט דאָס ליד באַגלייט זי דזשיגאַן מיט פֿאַרשידענע טשיקאַווע קלאַנגען. פֿון דעם חנעוודיקן אויפֿטריט קען מען זען, אַז דער קאָמיקער האָט טאַקע געהאַט אַ חוש פֿאַר מוזיק און ריטעם.
דעם ווידעאָ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט טשאַרלס גאָלדשלאַגער אויף זײַן יוטוב קאַנאַל..
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
