Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מאָנאַש־אוניווערסיטעט שטעלט אָן צוויי ייִדישיסטןMonash University Hires Two Yiddishists

דוד סלוצקי און רבֿקה מאַרגאָליס זענען ביידע היסטאָריקער פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן און זייערע קולטורעלע באַוועגונגען

You can hear this article read by Rukhl Schaechter, by clicking below

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

דער „אויסטראַלישער צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע‟ בײַם מאָנאַש־אוניווערסיטעט אין מעלבורן האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז מע האָט אָנגעשטעלט אויף פֿולצײַטיקע פּאָזיציעס צוויי פּראָפֿעסאָרן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן.

ד”ר רבֿקה מאַרגאָליס, וואָס אַרבעט איצט בײַם אָטאָווער אוניווערסיטעט, איז אַ היסטאָריקערין און ייִדיש־לערערין, באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאָרשפּראָיעקטן, אַרטיקלען און בוך וועגן די ייִדן אין מאָנטרעאָל, Jewish Roots, Canadian Soil. זי וועט אין פֿעברואַר אָנהייבן ווי די נײַע דירעקטאָרשע פֿונעם „אויסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע‟, וואָס ווערט באַטראַכט ווי דער הויפּטאַדרעס פֿאַר יודאַיִסטיק אין אויסטראַליע. זי וועט דערצו איבערנעמען די קאַטעדרע פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דער „פּראַט־פֿונדאַציע‟.

צוזאַמען מיט איר וועט, אויך אין פֿעברואַר, אָנהייבן לערנען ד׳׳ר דוד סלוצקי ווי אַן אַסאָציִיִרטן פּראָפֿעסאָר פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן לעבן און קולטור. סלוצקי, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דער מעלבורנער בונדישער סבֿיבֿה און האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט פֿון מאָנאַש־אוניווערסיטעט, אַרבעט די לעצטע פּאָר יאָר אין טשאַרלסטאָן, דרום־קאַראָלינע, ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יודאַיִסטיק. דער יונגער היסטאָריקער פֿאַרנעמט זיך מיט דער געשיכטע פֿונעם „בונד‟, מיטן ייִדישן לעבן אין אויסטראַליע און אירע אינסטיטוציעס און מיט דער געשיכטע פֿון די מעלבורנער בונדיסטן. ער איז אויך דער מחבר פֿון אַ ביכל זכרונות וועגן זײַן באַציִונג מיטן טאַטן, דעם פֿאַרשטאָרבענעם בונדישן כּלל־טוער שמואל „סלאָגאָ‟ סלוצקי. דאָס בוך שילדערט די געשיכטע פֿון די מעלבורנער בונדיסטן און זייערע פּוילישע פֿאָרגייער.

דער „צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע‟ בײַם מאָנאַש־אוניווערסיטעט פֿירט אָן מיט ייִדיש־קלאַסן אויף דרײַ ניוואָען, און גיט די סטודענטן די ברירה אויסצוקלײַבן ייִדיש ווי אַ בײַלימוד. אַחוץ די קלאַסן אָרגאַניזירט דער צענטער פֿאָרשפּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין מעלבורן און ייִדישע פּאָעטן.

מאָנאַש־אוניווערסיטעט טראָגט דעם נאָמען פֿונעם אויסטראַלישן גענעראַל דזשאָן מאָנאַש, אַ קינד פֿון פּרײַסישע ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין מעלבורן. מאָנאַש, וואָס האָט געהאָלפֿן די אויסטראַלישע מיליטערישע כּוחות צו באַזיגן די דײַטשן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווערט באַטראַכט ווי דער וויכטיקסטער גענעראַל אין דער אויסטראַלישער געשיכטע. עטלעכע שטעטלעך אין אויסטראַליע און אַפֿילי אַ דאָרף אין ישׂראל הייסן נאָך אים.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.