דער רבי און דער מלךThe Rabbi And the King
די וואָך וועט זײַן דער יאָרצײַט פֿון רבי יהודה הנשׂיא, דער רעדאַקטאָר פֿון דער משנה — אַ חשובֿע פֿיגור, אַפֿילו בײַם רוימישן מלך אַנטונינוס.

Graphic by Angelie Zaslavsky
אויפֿן וועג צוריק אַהיים נאָך דער לאַנגיאָריקער אַרבעט בײַ זײַן פֿעטער, האָט יעקבֿ אָבֿינו אַרויסגעשיקט שליחים — „מלאָכים‟ — צו זײַן ברודער עשׂו. רש״י איז מסכּים מיטן מדרש, אַז דאָס זענען טאַקע געווען מלאָכים.
די מיסטישע שליחים האָבן זיך אומגעקערט און איבערגעגעבן, אַז עשׂו איז נאָך אַלץ אין כּעס אויף יעקבֿן, און קומט קעגן אים מיט אַ גאַנצער אַרמיי. צום סוף האָבן די ברידער זיך איבערגעבעטן, נאָר יעקבֿ איז פֿאַר דעם פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אינעם געראַנגל מיט אַ מלאך. פֿאַרן נצחון אינעם קאַמף האָט ער באַקומען אַ נײַעם נאָמען — ישׂראל, שפּעטער אַ סינאָנים פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.
אין דער ייִדישער טראַדיציע סימבאָליזירט עשׂו די רוימער און רוימישע אימפּעריע. די אורוואָרצלען פֿון דער דאָזיקער אַסאָציאַציע זענען זייער אַלט.
דאָס וואָרט „ייִדן‟ שטאַמט פֿונעם נאָמען יהודה — יעקבֿס פֿערטן זון, וועלכן זײַנע ברידער האָבן אויסגעקליבן ווי זייער מנהיג. ווי באַלד יהודהס נאָמען מיינט „גאָטס לויבער‟, איז עס פּאַסיק פֿאַרן גאַנצן עם־ישׂראל. דאָס מלכות־יהודה האָט באַזעצט אַ שטח בשכנות מיטן מלכות־אדום, טראַדיציאָנעל אַסאָציִיִרט מיט עשׂון. אדומס לאַנד האָט זיך אָנגעהויבן אינעם נגבֿ, לעבן דער הײַנטיקער ארץ־ישׂראלדיקער שטאָט דימונה, און ווײַטער צום דרום־מיזרח.
אין דער זעלבער צײַט, האָבן אין ירושלים במשך פֿון עטלעכע דורות געהערשט פֿרעמדע מלכים, באַדינער פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וואָס האָבן געשטאַמט פֿון אדומישע גרים. ווײַזט אויס, אַז צוליב דעם מישמאַש פֿון פֿעלקער און נעמען האָבן ייִדן אָנגעהויבן אַסאָציִיִרן די אדומים און זייערע פֿירער מיט רוים.
אַז מע רעדט פֿונעם היסטאָרישן און שפּראַכלעכן מישמאַש, לאָמיר זיך דערמאָנען: ווער האָט געשאַפֿן די מאָדערנע פֿאָרעם פֿון לשון־קודש? ניין, אליעזר בן־יהודה (פֿון געבורט: אליעזר־יצחק פּערעלמאַן) איז נישט דער ריכטיקער ענטפֿער! בן־יהודה האָט דווקא געוואָלט פֿאַרוואַנדלען העברעיִש אין אַ וועלטלעכער טאָגטעגלעכער שפּראַך, צו מאַכן עס אויס לשון־קודש.
דעם הײַנטיקן ערבֿ־שבת, ט״ו כּיסלוו, איז דער יאָרצײַט פֿון רבי יהודה הנשׂיא — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע חכמים פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, וועלכער האָט צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט די משניות. מיט זײַן טעטיקייט האָט זיך געשלאָסן די תּקופֿה פֿון תּנאָים; די שפּעטערדיקע חכמים — אמוראָים — האָבן זיך שוין באַצויגן צו משניות ווי צו אַ קאַנאָנישן הייליקן טעקסט. כּמעט אַלע שפּעטערדיקע לשון־קודשדיקע טעקסטן פֿאָלגן דעם מוסטער פֿון לשון־משנה.
הגם ער האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף פֿריִערדיקע בײַשפּילן, איז רבי יהודה הנשׂיא, אין אַ גרויסער מאָס, געווען דער פֿאָטער פֿונעם קלאַסישן ליטעראַרישן לשון־קודש. מיט צוויי דורות נאָך זײַן פּטירה האָט רבי יוחנן שוין באַמערקט, אַז „לשון חכמים לחוד‟ — דאָס לשון פֿון משניות שיידט זיך אונטער פֿון תּנ״ך און שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע שפּראַך.
רבי יהודה (בערך 136־220) איז געבוירן געוואָרן אין דער שווערער צײַט, ווען די רוימער פֿלעגן באַשטראָפֿן ייִדן מיט אַכזריותדיקע גזירות, ווי אַן עונש פֿאַר בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד. זײַנע אָבֿות פֿון טאַטנס צד זענען במשך פֿון דורות געווען ראָשי־סנהדרין; לויט דער משפּחה־מסורה, האָבן זיי געשטאַמט פֿון דוד המלך. די רוימישע מאַכט האָט זיך באַצויגן צו רבי יהודה מיט דרך־ארץ, ווי צו אַ ייִדישן פּרינץ.
באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען די לעגענדעס וועגן זײַנע פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן רוימישן מלך אַנטונינוס (86־161). ווי באַלד דער אימפּעראַטאָר איז געווען אויף 50 יאָר עלטער, איז יענער לעגענדאַרער פּערסאָנאַזש אָבער מסתּמא געווען אַן אַנדער הויכראַנגיקער רוימער מיטן זעלבן נאָמען. ייִדן האָבן דעמאָלט באַטראַכט יעדן מעכטיקן רוימישן פֿירער ווי אַ „מלך‟.
די חז״ל שילדערט אַנטונינוס ווי אַ גוי אַ צדיק, וועלכער האָט געלערנט תּורה בחבֿרותא מיט רבי יהודה. להיפּוך צו דער מעשׂה מיט יעקבֿ און עשׂו, פֿלעגט אַנטונינוס מכבד זײַן דעם רבין מיט גאַנצע זעק גאָלד און אַנדערע טײַערע מתּנות. לויט די ייִדישע פֿאָלק־מעשׂיות איז ער אַפֿילו צום סוף געוואָרן אַ גר.
אַזוי ווי יעקבֿ אָבֿינו, ווערט רבי יהודה הנשׂיא אַסאָציִיִרט מיט איבערנאַטירלעכע געשעענישן. די חז״ל דערציילן, אַז נאָך זײַן פּטירה פֿלעגט ער קומען יעדן ערבֿ־שבת אַהיים צו מאַכן קידוש מיט זײַן אַלמנה. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז דער הימלישער גאַסט איז געווען מער ווי אַ געשפּענסט; אַ גרויסער צדיק בלײַבט נאָך זײַן טויט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ לעבעדיקן מענטש.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
