ייִדיש־שפּראַכיקע ראַדיאָ־סעריע פֿאַר קינדערYiddish-Language Radio Series for Children
די פּראָגראַם, פֿון שוועדן, פֿאָלגט נאָך די אַוואַנטורעס פֿון צוויי קינדער פֿון זימבערגן במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע ראַדיאָ־סעריע „צוויי פֿון אַלצדינג‟ פֿון דער שוועדישער מלוכישער ראַדיאָ־אינסטאַנץ, וואָס שילדערט אין זעקס קאַפּיטלען פֿון 15 מינוט די אַוואַנטורעס פֿון צוויי ייִדישע קינדער, לולי און אלי, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען אין אַ קליין שטעטל אין זימבערגן. צוליב די גרויסע געשעענישן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, ווערן די חבֿרים צעזייט און צעשפּרייט: איינער קיין אַמעריקע און דער צווייטער — נאָכן אָפּשמאַכטן אין אַ לאַגער — קיין שוועדן.
די סעריע, וואָס מע קען הערן אָנלײַן, האָט אָנגעשריבן די שוועדישע מחברטע ראָזע לאַגערקראַנץ. אויף ייִדיש האָט זי איבערגעזעצט דער זשורנאַליסט, קינדער־דאָקטאָר און ייִדיש־אַקטיוויסט סאָלאָמאָן שולמאַן, וואָס לייענט פֿאָר דעם טעקסט אויף זײַן געשמאַקן פּוילישן ייִדיש. „אלי און לולי‟ איז אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט מצד דער שוועדישער מלוכישער טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־נעץ צו שאַפֿן פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אין די אָרטיקע מינאָריטעט־שפּראַכן. שוין מער ווי צען יאָר טראַנסמיטירט מען ראַדיאָ־פּראָגראַמען און קורצע ווידעאָס אויף ייִדיש און די אַנדערע שוועדישע מינדערהייט־שפּראַכן — ציגײַנעריש, סאַמי (לאַפּיש), פֿיניש און מעאָנקיעלי. ס׳רובֿ פֿון די ווידעאָס און ראַדיאָ־פּראָגראַמען זענען וועגן אַלגעמיינע טעמעס, ווי למשל, די עוואָלוציע און די בעלי־חיים אָדער מעשׂיות וועגן דעם טאָג־טעגלעכן שוועדישן לעבן.
אין אַ נײַער סעריע בעט מען אָבער מחברים פֿון אָט די עטנישע מינאָריטעטן אַליין אָנצושרײַבן דערציילונגען וועגן זייער פֿאָלק און מע זעצט זיי איבער אויף די אַנדערע פֿיר מינדערהייטישע שפּראַכן. פֿריִער האָט מען, למשל, טראַנסמיטירט אַ לאַנגע סעריע וועגן דעם לעבן פֿון אַ ציגײַנעריש מיידל אויף ייִדיש, ציגײַנעריש, סאַמי, פֿיניש און מעאָנקיעלי. שפּעטער וועט אויך אַרויס אַ סעריע וועגן סאַמי־קינדער אויף די דאָזיקע שפּראַכן.
אַחוץ דער נײַער סעריע קען מען אויך געפֿינען אַ ריי ראַדיאָ־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אויף מאַמע־לשון אויף כּלערליי טעמעס דאָ. די ווידעאָ־סעריעס אויף ייִדיש קען מען זען דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
