Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער קליינער אַלףOne Little Aleph

ווי אַ סימן פֿון משה רבינוס עניוות, אַנטהאַלט דער אומגעוויינטלעכער אות אַ טיפֿערן באַדײַט.

פֿאַר דרײַ־יאָריקע חדר־ייִנגלעך הייבט זיך אָן די גאַנצע תּורה פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. דער חומש „ויקראָ‟ האָט צו טאָן מיט קרבנות. דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן די „תּורת־כּהנים‟. דער מדרש דערקלערט, אַז ווי באַלד די קרבנות פֿאָדערן אַ באַזונדערע טהרה, איז כּדאַי פֿאַר ריינע קינדערישע נשמות אָנצוהייבן זייער תּורה־לערנען פֿון דעם ענין.

בײַ די ערשטע ווערטער פֿון „בראשית‟ און פֿון „ויקרא‟ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנטער חילוק. אין דער ספֿר־תּורה שרײַבט זיך „בראשית‟ מיט אַ גרויסן אות בית. להיפּוך, שרײַבט זיך „ויקרא‟ מיט אַן אומגעוויינלעך קליין אַלפֿל. די מפֿרשים זענען מסביר, אַז דאָס איז מרמז אויף משה רבינוס גרויס עניוות. צוערשט האָט משה געוואָלט אָנשרײַבן „ויקר‟ — אַזוי איז געשען — מיינענדיק דערמיט, אַז ער האָט נישט קיין אייגענע פֿאַרדינסטן צו ווערן אַ נבֿיא; אַזוי איז פּשוט געשען, אַז דער אייבערשטער האָט אים אויסגעקליבן אויסצופֿירן אַזאַ גרויסע מיסיע. דערפֿאַר האָט משה רבינו איבערגעלאָזט דעם אות פּיצל־קליין.

מע קאָן זאָגן, אַז דאָס איז אויך איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס אונדזער סדרה איז פֿאַרבונדן מיט קליינע קינדער. אין פֿאַרגלײַך מיט דער גרויסקייט פֿונעם באַשעפֿער האָט זיך אַפֿילו משה געפֿילט קליין. אינעם אייבערשטנס אויגן בלײַבן מיר תּמיד פּיצל־קליינע קינדערלעך.

דעם הײַנטיקן מוצאי־שבת, ד׳ ניסן, איז דער יאָרצײַט פֿונעם אַפּטער רבין אַבֿרהם־יהושע העשל. פֿאַר יעדן חסיד איז דער דאָזיקער נאָמען זיכער באַקאַנט; דאָ גייט אַ רייד וועגן דעם זעקסטן רבין אין דער דינאַסטיע, וועלכער איז אומגעקומען על־קידוש־השם אינעם חורבן, צוזאַמען מיט זײַן מאַמען, פֿרוי און טאָכטער. דאָס איז געשען אין 1943 אינעם באַקאַנטן גאַליציאַנער שטעטל פּעטריקעוו. זײַן ייִנגערער ברודער איז ניפֿטר געוואָרן מיט 42 יאָר שפּעטער אין ירושלים.

צום באַדויערן, איז איבערגעריסן געוואָרן איינע פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע שיטות אין חסידות. צום גליק, זענען פֿון אירע גרינדער געבליבן צוויי גאָר וויכטיקע ספֿרים, „אוהבֿ ישׂראל‟ און „תּורת אמת‟.

אַחוץ דער טראַדיציאָנעלער חסידישער דינאַסטיע, האָט דער משפּחה־בוים פֿונעם אַפּטער חסידות געגעבן גאָר אַ וויכטיקע פּרי: פּראָפֿ׳ און ראַבינער אַבֿרהם־יהושע העשל. אַדרבה, אַ דאַנק זײַנע ענגלישע ווערק האָט זיך חסידות אָדער נעאָ־חסידות אין אַמעריקע פֿאַרוואַנדלט אין אַ פּאָפּולערער, מאָדערנער, צוציִעוודיקער פֿילאָסאָפֿיע. העשל איז אויך געווען אַ פּראָמינענטער ייִדישער פּאָעט און שרײַבער. זײַענדיק אַ מיטגליד פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־ווילנע‟, האָט ער אין 1933 פֿאַרעפֿטלעכט אַ זאַמלונג לידער מיטן מיסטישן נאָמען „דער שם־המפֿורש: מענטש‟. זײַן טעטיקייט איז הײַנט ממשיך פּראָפֿ׳ סוזאַנאַ העשל.

לאָמיר זיך אומקערן צו דער אומגעוויינטלעכער פּיטשעווקע פֿון אונדזער סדרה: צום אלף־זעירא, ווי מע רופֿט דעם קליינעם אַלף אויף לשון־תּרגום. אין זײַנע ספֿרים, „אוהבֿ ישׂראל‟ און „תּורת אמת‟, פֿאַרטיפֿט דער גרינדער פֿון דער אַפּטער דינאַסטיע דעם דערמאָנטן אָפּטײַטש וועגן משה רבינוס עניוות. די עצם־מעגלעכקייט, אַז דער אייבערשטער האָט אײַנגעצאַמט זײַן כּוח און אַנטפּלעקט עס משהן, איז דווקא אַ סימן פֿון משהס גדלות.

די קרבנות, מיט זייערע אומצאָליקע פּרטים און כּללים, מיט זייער צוועק אָפּצוּווישן די עבֿירות פֿון די זינדיקע, איז טאַקע אַ קינדערישער ענין אין פֿאַרגלײַך מיט דער גרויסער געטלעכער השׂגה פֿונעם נבֿיא. אַפֿילו מיר, זײַענדיק זיכער פּשוטע זינדיקע מענטשן, זענען איבערגעוואַקסן אַזאַ גרעבלעכן דרך אין עבֿודת־השם. פֿון דעסט וועגן, האָט דער אייבערשטער אײַנגעצאַמט אַפֿילו אַזאַ ענין אין אַ „קליינעם אַלף‟ און משה רבינו האָט עס משׂיג געווען.

לויט אַן אַנדער פּירוש פֿונעם אַפּטער רבֿ אין זײַן „תּורת אמת‟, איז דאָס קטנות פֿונעם אות מרמז אויף דער נידעריקער מדרגה פֿון יענעם דור. פֿון דעסט וועגן, איז דער קליינער אות אויף אייביק פֿאַרשריבן געוואָרן אין דער תּורה־הקדושה.

אויפֿן סמך פֿונעם אַפּטער רבֿס ווערטער קאָן מען זאָגן, אַז הגם דער גלגל־החוזר דרייט זיך, און גאַנצע דורות פֿאַרגייען מיט זייערע צדיקים און רשעים, אַלטע רביים און מאָדערנע פּראָפֿעסאָרן, שטעקט דער „קליינער אַלף‟ אין אונדז אַלעמען, ווי אַ מעגלעכקייט צו דערגרייכן פּערזענלעכע געטלעכע אַנטפּלעקונגען. אַדרבה, אונדזער פּאַראַדאָקסישער מצבֿ פֿון באַגרענעצטקייט, האָבנדיק אַ געטלעכן פּאָטענציאַל, גיט אונדז אַ געוויסע המשכדיקייט, די פֿעיִקייט איבערצולעבן אין זיך די פֿריִערדיקע דורות, צו באַנעמען יענעמס „קליינעם אַלף‟.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.