Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿײַער און וואַסער: די גרויסקייט פֿון מרים הנבֿיאהFire and Water: The greatness of our prophet, Miriam

מיט מרים הנבֿיאה בראָש, זענען די פֿרויען געווען דער עיקר־כּוח פֿון דער גאולת־ּמצרים.

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אייבערשטנס אָנזאָג צו ברענגען כּסדר דעם קרבן־עולה, וואָס מוז ברענען די גאַנצע נאַכט. שטענדיק האָט דאָס פֿײַער געמוזט ברענען אויפֿן מזבח.

יעדן טאָג פֿלעגט מען מקריבֿ זײַן אינעם בית־המיקדש צוויי שטענדיקע עולה־קרבנות. סתּם ייִדן פֿלעגן ברענגען פּערזענלעכע עולות ווי אַ נדבֿה: נאָכן געבורט פֿון אַ קינד, בעת זייערע יערלעכע באַזוכן אינעם בית־המיקדש, און אַנדערע סיבות. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע קרבנות, האָט מען די עולות אינגאַנצן פֿאַרברענט.

לויט דער קלאַסישער מעטאַפֿיזישער סכעמע, באַשטייט די וועלט פֿון פֿיר עלעמענטן: פֿײַער, לופֿט, וואַסער און ערד. דאָס מיינט סײַ די געוויינטלעכע גשמיותדיקע שטאָפֿן און פּראָצעסן, סײַ זייער סימבאָלישן און פּסיכאָלאָגישן באַדײַט. אַ שאַרפֿער מענטש טראָגט אין זיך דאָס מעטאַפֿיזישע פֿײַער, אַ ווייכער און בייגעוודיקער – וואַסער.

וועלכער עלעמענט האָט געשפּילט די גרעסטע ראָלע אין די קרבנות? אינעם כעמישן זין, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, האָט דאָס וואַסער געשפּילט אַפֿילו אַ גרעסערע ראָלע, ווי דאָס פֿײַער. דאָס פֿלייש פֿון די פֿאַרברענטע בהמות איז באַשטאַנען על־פּי־רובֿ פֿון וואַסער. דאָס פֿײַער פֿונען מזבח האָט אָפּגעטיילט, באַפֿרײַט דאָס וואַסער פֿונעם פֿלייש. עס באַקומט זיך, אַז דאָס פֿײַער האָט געדינט ווי אַ מיטל אַרויסצוברענגען דאָס באַהאַלטענע וואַסער, דעם וואַסער־דאַמף, פֿון די ברענענדיקע קרבנות.

דער הײַנטיקער שבת, דער 10טער טאָג אינעם חודש ניסן, איז פֿאַרבונדן מיט צוויי גרויסע ניסים, וואָס האָבן צו טאָן מיט וואַסער. לויט דער מסורה פֿון חז״ל, איז דעם דאָזיקן טאָג ניפֿטר געוואָרן מרים־הנבֿיאה. נאָך איר טויט איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דער מיסטישער ברונעם, דער „באר־מרים‟, וועלכער האָט באַגלייט ייִדן אינעם מידבר. דער ברונעם האָט געדינט אי ווי אַ קוואַל פֿון טרינק־וואַסער, אי ווי אַ מיקווה. זײַענדיק אַליין איבערנאַטירלעך, איז ער אָבער געווען נאַטירלעך פֿאַרבונדן מיט דער ערד.

אינעם ספֿר־הזוהר ווערט דערקלערט די אינטימע פֿאַרבינדונג צווישן מרים און וואַסער. ווען פּרעה האָט גוזר געווען אומצוברענגען אַלע ייִדישע ייִנגלעך, האָט זי נאָכגעקוקט, ווי איר ברודער משה שווימט אַוועק אין אַ קוישל איבערן טײַך ניל, וויסנדיק פֿון פֿאָרויס, אַז ער וועט געראַטעוועט ווערן און וועט שפּעטער ראַטעווען די ייִדן. בעת דער קריעת־ים־סוף האָט זי דערגרייכט אַ באַזונדערס הויכע מדרגה פֿון נבֿואה, טאַנצנדיק און באַזינגענדיק דעם נס מיט די אַנדערע ייִדישע פֿרויען. צוליב איר גרויס התפּעלות און דאַנקבאַרשאַפֿט בעת דער קריעת־ים־סוף, האָט זי זוכה געווען צו אַנטדעקן דעם מיסטישן ברונעם אינעם מידבר.

אין אַ טייל ייִדישע קהילות איז געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג צו טרינקען דאָס פֿרישע וואַסער פֿון אַ קוואַל אָדער אַ ברונעם מוצאי־שבת, ווײַל דעמאָלט אַנטפּלעקט זיך די סגולה פֿונעם מיסטישן באר־מרים אין אַלע וואַסער־קוואַלן. דעם זעלבן טאָג, י׳ בניסן, זענען ייִדן, בראָש מיט יהושע בן נון, אַריבערגעגאַנגען דעם צעשפּאָלטענעם ירדן און זענען אַרײַן אינעם הייליקן לאַנד. עס קאָן זײַן, אַז דער דאָזיקער נס איז אויך געשען בזכות מרים. אַדרבא, יהודה שופּרין, אַ באַקאַנטער ליובאַוויטשער רבֿ, באַטאָנט, אויף סמך פֿון דבֿרי־חז״ל, אַז די גאַנצע יציאת־מצרים איז געשען בזכות הייליקע ייִדישע פֿרויען, מיט מרים הנבֿיאה בראָש. אַוודאי, האָט משה רבינו געשפּילט די פֿירנדיקע ראָלע אינעם דראַמאַטישן מחלוקת מיט פּרעה און אינעם אַרויספֿירן זײַן פֿאָלק פֿון מצרים, אָבער אָן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, ווי מרים און בתיה בת פּרעה, וואָלט ער נישט געקאָנט אויספֿירן זײַן שליחות.

די ייִדישע פֿילאָסאָפֿן פֿאַרגלײַכן אָפֿט מענער מיטן עלעמענט פֿון פֿײַער און פֿרויען – מיט וואַסער. אויפֿן ערשטן בליק, איז דאָס פֿײַער דער העכסטער עלעמענט, וואָס שײַנט, וואָס רײַסט זיך אַרויף צום הימל. דער ווײַבלעכער עלעמענט פֿון וואַסער איז אָבער פֿונדאַמענטאַל וויכטיק. גאָרנישט לעבעדיקס קאָן וואַקסן אָן וואַסער. פּאַראַפֿראַזירנדיק דאָס פּאָפּולערע ליד „טום־באַלאַלײַקע‟, קאָן נאָר אַ שטיין וואַקסן אָן רעגן.

דער סוד פֿון די קרבנות האָט באַשטאַנען אינעם צונויפֿפֿלעכן די עלעמענטן. דער מענערלעכער פֿײַערדיקער עלעמענט איז מסוגל אַרויסצוברענגען דעם באַהאַלטענעם ווײַבלעכן עלעמענט פֿון וואַסער. באַקומט זיך, אַז סעקסיסטן און געוויסע ראַדיקאַלע פֿעמיניסטקעס זענען ביידע נישט גערעכט: אין דער עבֿודת־השם זענען נייטיק און וויכטיק ביידע עלעמענטן, די מענערלעכע „פֿײַערדיקייט‟ און די ווײַבלעכע בייגעוודיקייט און „גיסיקייט‟.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.