Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער דריטער סדר ווערט אויפֿגעלעבט, דאָס מאָל — אָנלײַןA secular tradition, the Third Seder, is being revived, this time – online

אין דער אונטערנעמונג אויף „פֿייסבוק לײַוו‟ וועלן אויפֿטרעטן לאָרין סקלאַמבערג, שורה ליפּאָווסקי און אַנדערע שטערנס פֿון דער ייִדיש־וועלט.

ס׳רובֿ טראַדיציאָנעלע ייִדן מחוץ ישׂראל ריכטן אָפּ צוויי סדרים יעדן פּסח. אָבער ווען איך בין געווען אַ קינד, האָב איך זיך באַטייליקט דווקא אין דרײַ.

מײַנע קינדער האָבן עס אויך געטאָן.

דער דריטער סדר, אַ פּאָפּולערע טראַדיציע צווישן די 1920ער און די 1990ער יאָרן בײַם אַרבעטער רינג, דעם ציוניסטישן פֿאַרבאַנד און עטלעכע אַנדערע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, האָט געבראַכט אַ ייִדיש־שפּראַכיקן קולטורעלן אַלטערנאַטיוו צום רעליגיעזן סדר וואָס ייִדן האָבן דורכגעפֿירט די ערשטע צוויי נעכט פֿון פּסח.

דער ציל פֿונעם דריטן סדר איז געווען איבערצודערציילן די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים דורך אַ הײַנטצײַטיקן קוקווינקל. דאָ האָט מען נישט באַטאָנט גאָטס אויסלייזונג פֿון בני־ישׂראל; דאָ איז דער טראָפּ געווען אויפֿן מאָמענט ווען דאָס ייִדיש פֿאָלק האָט אײַנגעזען אַז עס מוז קעמפֿן קעגן זײַן פֿאַרשקלאַפֿונג און ווען די ייִדן זענען טאַקע, סוף־כּל־סוף, באַפֿרײַט געוואָרן.

ווען איך בין געווען אַ תּלמידה אין דער פֿאַראייניקטער ייִדישער מיטלשול האָט מען יעדעס יאָר פֿאַרבעטן די קלאַסן זיך צו באַטייליקן אינעם קינדערכאָר בײַם דריטן סדר פֿון אַרבעטער־רינג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם גרויסן באַנקעטזאַל פֿונעם האָטעל „וואַלדאָרף אַסטאָריע‟.

איך געדענק דעם קולטור־שאָק וואָס מיר קינדער האָבן געהאַט, אַרײַנגייענדיק אינעם „וואַלדאָרף אַסטאָריע‟ צום ערשטן מאָל. ס׳רובֿ פֿון אונדז האָבן דעמאָלט פֿאַרבראַכט די זומערן בײַם בונדיסטישן זומער־לאַגער „קעמפּ המשך‟, וווּ מע האָט געהאַלטן פֿאַר אַ מוסטער דעם באַשיידענעם לעבן־שטייגער פֿונעם אַרבעטסמאַן. דערפֿאַר האָבן די בלישטשענדיקע הענגלײַכטערס, דאָס עלעגאַנטע געפֿעס און די ציכטיק מונדירטע קעלנערס אונדז אויסגעזען פֿרעמד.

אָבער ווי נאָר מע האָט פֿאַרטונקלט די ליכט און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן דער סדר זענען מיר אַלע אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין דער דראַמאַטישער אַטמאָספֿער, בפֿרט נאָכן מאָלצײַט ווען מע האָט אָפּגעמערקט דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד וואָס איז פֿאָרגעקומען די ערשטע נאַכט פּסח 1943. אַ סך פֿון די געסט אין עולם זענען געווען פֿון דער שארית־הפּליטה.

טאַקע דערפֿאַר האָב איך זיך דערפֿרייט צו הערן אַז הרבֿ אַבֿרהם מלאָטעק, דער מיטגרינדער פֿון „בית־הילל‟ — אַ פּלוראַליסטישער קירובֿ־פּראָגראַם פֿאַר יונגע לײַט, און משה ראָזענפֿעלד, דירעקטאָר פֿון Golden Land Productions, אָרגאַניזירן אַ ווירטועלן דריטן סדר זונטיק, דעם 12טן אַפּריל, 2:00 נאָך מיטאָג, דורך „זום‟ און „פֿייסבוק לײַוו‟.

די אונטערנעמונג וועט אַרײַננעמען אַ צאָל אָנגעזעענע קלעזמער און זינגער ווי פֿרענק לאָנדאָן, לאָרין סקלאַמבערג, שׂרה גאָרדאָן, שורה ליפּאָווסקי, מײַקל ווינאָגראַד און דניאל קאַהן; די ייִדישע אַקטיאָרן סטיווען סקײַבעל און דזשאָען באָרטס; דעם דירעקטאָר פֿון דער פֿאָלקסבינע, זלמן מלאָטעק, און אַנדערע שטערנס פֿון דער ייִדישער מוזיק־ און טעאַטער־וועלט.

„הײַנט, בשעת מיר מוזן זיצן אין דער היים, פֿיזיש אָפּגעזונדערט פֿונעם ציבור, האָבן מיר, דאַנקען גאָט, די געהעריקע טעכנאָלאָגישע מיטלען דורכצופֿירן די טראַדיציע און ווידער זיך טיילן אונדזער יום־טובֿ און קולטור מיט די ליבהאָבער פֿון ייִדיש איבער דער וועלט,‟ האָט מלאָטעק געזאָגט.

דער פֿאָרווערטס איז אַ מיטספּאָנסאָר פֿון דער אונטערנעמונג, אין איינעם מיט אַ סך אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.

דער סקריפּט פֿונעם ווירטועלן דריטן סדר וועט, צום גרעסטן טייל, זײַן אויפֿן סמך פֿון דער אַרבעטער־רינג־הגדה, מיט עטלעכע דערהײַנטיקונגען.

אַ סך פֿון די ייִדישע לידער פֿונעם אַרבעטער־רינג־הגדה זענען תּמיד געווען אַ טייל פֿון די פּריוואַטע סדרים בײַ אונדז אין דער היים. צווישן זיי: דאָס וויגליד „אויפֿן ניל‟, וווּ די כוואַליעס פֿונעם טײַך גייען „צאַרט און לינד‟ כּדי נישט איבערצוקערן דאָס קעסטל וווּ עס ליגט „משהלע‟ – געזונגען דאָ פֿון אַדה־רבֿקה העטקאָ און אַליסאָן פּאָזנער און „אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟ וואָס הייבט אַרויס די אַכזריותדיקייט פֿון די עגיפּטן צו זייערע שקלאַפֿן.

מײַן באַליבסט ליד איז אָבער געווען „זאָג מאַראַן‟, וועגן אַ גרופּע ייִדן בעת דער אינקוויזיציע וואָס פּלאַנירן אַ געהיימען סדר אין אַ הייל, וויסנדיק אַז מע וועט זיי הרגענען אויב מע כאַפּט זיי. דאָס ליד ענדיקט זיך מיט די רירנדיקע ווערטער: „אויב דער שׂונא וועט מיך פֿאַנגען, וועל איך שטאַרבן מיט געזאַנגען.‟

אַז איך טראַכט וועגן דעם דריטן סדר פֿון די 1970ער יאָרן, שטייט מיר עד־היום פֿאַר די אויגן דער אייגנאַרטיקער רעזשיסאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג — חבֿר וועלעטשאַנסקי. טראָגנדיק דעם קלאַסישן גאַרדעראָב פֿון אַ רעזשיסאָר, מיט אַ זײַדן טיכל אַרום האַלדז און קײַענדיק כּסדר אַ ציגאַר, האָט ער אויסגעזען ווי דער מוסטער פֿון אַ האָליוווּד־דירעקטאָר ווען ער האָט אונדז אָנגעזאָגט וווּ און ווי אַזוי צו שטיין אויף דער בינע.

דער צווייטער טייל פֿון סדר, ווען מע האָט אָפּגעמערקט דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, איז געווען באַזונדערס רירנדיק. הערנדיק ווי מע רעציטירט בינעם העלערס פּרעכטיק ליד, „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟, זענען מיר געשטאַנען טרערן אין די אויגן. ווען אַלע זענען אויפֿגעשטאַנען פֿאַר דער פּאַרטיזאַנער הימנע זענען מיר אַלע — אַפֿילו די צינישע יונגע לײַט צווישן אונדז — אינספּירירט געוואָרן פֿון דער העלדישקייט פֿון אונדזער פֿאָלק.

דער דריטער סדר אָנלײַן וועט נישט האָבן די גראַנדיעזקייט פֿון אַ האָטעלזאַל אָדער קיין קינדערכאָר וואָס זינגט אויס די פֿיר קשיות. אָבער זעענדיק די רשימה פֿון גאָר טאַלאַנטירטע אַרטיסטן וואָס מלאָטעק און ראָזענפֿעלד האָבן צונויפֿגעזאַמלט, קען מען זיך ריכטן אַז דאָס וועט זײַן אַן אימפּאָנירנדיקע פֿאָרשטעלונג פֿון דער פּסח־מעשׂה, דערמאָנענדיק אונדז אַלעמען — בפֿרט די וואָס פּראַווען פּסח אָן דער משפּחה אָדער פֿרײַנד — אַז מיר זענען, אין תּוך אַרײַן, בפֿירוש נישט אַליין.

צו זען דעם דריטן סדר דורך „פֿייסבוק לײַוו‟ געדענקט צו גיין, דעם 12טן אַפּריל, 2:00 נאָך מיטאָג, צו מלאָטעקס עפֿנטלעכער „פֿייסבוק‟־זײַט, Avram Mlotek.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.